6} שט 808118016 ש|ס1וסטט 06הנת 1085 8161121מז פנ 1
ת00002110? 210166049 116114896
פיט 2 * אאז
2 20= ר 3
:
נזסס. 16ט14ס-0404100190ס1םו 1ז0ס.1116טס-גופ00נץ//:פקןזזח
00042008 0(6049ז? 116116496 06 1 0
זסן ץ501611 סחזוחס 1066טסזט 15 01611601חז 1015 זס 010ז 60006 101ס'זסווזווזסס זסי1 ץ|חס 56ט 01ח50זסק סחושס11סן 406 01 פו 0001006 10096ט ,ספוו זסח}ס עחם
:4405 011װזס
נזסס. 14016ס-10)604100190ם1
ת70000210 21016019 116111296 06 1 0
פיט 07
ת888א08816) 8חאת0? נא
} 9 7 6
סססטאסוז 3
-886ז שאז86ססט אתגשס/או סואוזפה.נ! |
2382844,
3 6אסזפסה +צ/ 0666 חס 460 פתפממץאג אאאססץק : 5ו 38 פבגהפ2א = -שהם } .8 ,0438 א8אא86? .} אױקמט א אבגא866? ,8 ץא ז8ת6וו! .2 ,;מקמתו -אפתסה . } ,גמואדשת א /08480824:) 11 808488מ0ס/ ;8ק6; .0:849ץ? .2 /פאעאכקבא8ז .תא 8טסגאסם א -9צ2:4 6086762202 צא;סז8ט8 גסזכסה ספסתםס -קץאג אוויססץטס ה0א6סצאזכסה 13 .ק/זגק 261 5! 8: אתההתאאסז :ע84ז606086 בת8ֿהא 4 אצזמז.) .סקץזגקטזוחה ס א אווסאסקפה 0ס ,2:36688 { -.} ,סזסאץ83? א? /4ז6א38 : עטאט 11 ,-פֿואנטטסז 11 סזסוסטואססמות 1 , אסוּוסאת 786 .8 ,סזכאסמכּמתה8ת8ז שא 2 6 ,3848 ,ן ,סזסהאססטט 680,663 .}| ה;אטת8ט .3682 -א/ ,פ5וס8סבצםז .= 8זמץם 0 ,868אואאת28ס .0 ;אס ,;8;נעת }| .2 ,8מ6באטת } ! ,אסהא; ופתסן! /8 6286זסץן) . 0088 .3 848 אמח8טס .3 8איםההת 0 866ס13! .סהטאנן/); 3 חבאק/ 24 -ום 30 הו אופחאסעץזטקסזות או וס אסק8ס 3 /אסאטזפפּסס ו96פמסז 3ב 43248244 606847ה .זסהת8 װז286 66 .תפסאזן) 0 .פונסהקזסאהסאס 71 8זסץזב8ם = הסהמסח 38 *בתפֿתואהסז -} 1976 פתסוו סה
78
כוידעשזשורּנאר
ליטעראריש-קינסטלער'ישעף
= יע וויימלאד
,סאָוועטיש היימלאנד" -- 15 יאָר
באגריסונג פונעם סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם װרײַבעריפארבאנד פון פסעף" *ן + + א" + יא + 14 . =
ארן װערגעליס. סאכאקלען און איסזיכטן . . . . געזאנג פון דער הײַנטצײַטיקער סאָװועטישער ייַדישער דיכ- טונג (אױסגעװיילטע לידער פאר 15 יאָר ,סאַװועטיש יי ןע א ע'ש ציע 222 ;* שש .יע 6 ר
נײַע דערציילונגען. העשל רא בינ קאָ װ. מײַנע װעלדער; בער האלפּערןן. ועגן ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטשן און נאָך עפּעס: בוזי מילער. אין װאגאָן . . 7 . =
כאיִם מעלאמוד. מײַן גאָלדענער כאָלעם . + . ),
הירש בלאָ שטיין הײַנטצײַטיקײַט און אקטועלקײַט .
מוישע א לטמאן. וי מע דארף זײַן פאָרזיכטיק מיט מאכן א שפּאס (פון די זקיינישע נאָטיצן). + + + + + . . .
מארק ראזומני. עלטער און ייִנגער . . . אי
הערשל פּאָליאנקער. די סאקאָנע איז אדורך ; + י
הערש רעמעניק. דער ,רונדער טיש" פון אונדזער לעעואסהר. + + + א ישר" יי
שמועל גאָרדאָו דער טאָך 4 אש 6 2 6 אי 6
שירע גאָרשמאן א ביטערע קרײַטעכץ, די קונסט . .
יעכיַעל טשיטשעלניצקי. מיט דער מאָס פון אונד" ייר יי יי יוש שטאכ א טל אי יא יט 6 6 6
ריװע באליאסנע. ויפל דאנקבארע טעמעס פאראן; יעשוע ליובאָמירסקי. װאָס איז פאר מיר פּערזענ- לעך וויכטיק אין , סאָװועטיש היימלאנד" . . . ד.
אװראָם גאָנטאר. די ליד, װאָס באגלייט אונדן בי אר.
יעייַעל שרײַבמאןן. אנדזער זשורנאל . .
מאָטל טאלאלאיעוװוסקי. באװײַזן דעם נײַעם מענטשן
ארן ראסקין. די א א ייִדישע סאָוועטישע מאשוען שש אי 1 2 וט ).ישי אש
ייסראָעל סערעבריאגי לעבנס-מאטעריאל פון דער
ערשטער האנט . . טאנ ר 5
טעװיע גען אָר נאָך יאָר +=, {=.
אירמע דרוקער. פאר נײַע רינגען איך דער גאָלדע- 2 6 אי יי ייר עי יע אי אי יע
געזאנג פון די ברידערלעכע סאָוועטישע ליטעראטורן (אויסגע- וויילטע איבערזעצונגען פאר 15 יאָר ,סאָװעטיש היימלאנד")
אוראן גוראלניק. סוביעקטיװוע נאָטיצן . . . . העשל ראבינקאָװ, נאָכעם אי יי א שול פון הײַנטצײַטיקן ייַדיש 8 + 2 אלעקסאנדער ליזען צו די /העכסטע שטאָקן 24 יעכיַעל פאליקמאן א טױער צו מאנו; יויסעף בורג. מיר זײַנען ניט די לעצטצ . . +-' מוניע ג לײזער. אלע גוטע װוּנטשן: דאָרע כײַקינע אונטער איין דאך . . : רש גערשן קראוװוצאָו. די קינסטלערישע אויספורעמונג. : אי יט שעע נב. + + 3 יל 6 ;2 יויסעף שוסטער. וי א ברײטיצעצװײַגטער בוים . . מאָטל פּאָליאנס קי. די נײַע ייִדישע זינגלי . . . . מאניע לאנדמאןן. ערשטע טריט . . סעמיאָן גרוזבערג. דער ענערגישער פּולס פונעם לעבן און גוט איז צו װיסן: עס האָט זיך דער ליכטיקער פאָדעם ניט איבערגעריסן.. (פון די ייִדישע אע זשורנאלן ביז , סאָװועטיש היימלאנד") פא 25 ר עליע פאלקאָװיטש. שפּראכלעכע' באמערקונגען 4 כאיִם בײדער. פנעם שפּרורדלדיקן קוואל . . . . . זאלמען קאהאן אן אינטערויו מיט א לייענער 6 אידע שולקינע. איך וויס: יאנק עװ פ ליך. צום א יא אש + 6 אאיע הארי כאיִם טאמארקין קעדײי צו ווארטן 1 טי = 2 יאשע רוביאן דער יאמפּאָלער שרײַבער . . . . מוישע איטקאָװיטש. ,סאָװועטיש היימלאנד" פארן פּע- ריאָד אװגוסט 1911--יול 1916 + + + . . .
* *
*. * * *
13
הויפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס
רעדקאַלעגיע:
כ. ביידער, א, גאָנטאר, ש. גאָרדאָן, ט. גען,
י. טשיטשעלניצקי, נאָטע לוריע, מ. לעוו, ב. מילער, כ. מעלאמוד,
ה. פּאַליאנקער, ס. פרי, פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר י. שוסטער
,סאָװעטיש היימלאנד"--1 יאָר
באגריסונג פונעם סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרײַבער-=פארבאנד פון פססר
ער סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרײַבער. פארבאנד פון פססר באגריסט הארציק דעם קאָלעקטיוו פון דער רעדאקציע, די אװוטאָרן און די לייענער פון דעם זשורנאל , סאָ- װעטיש היימלאנד" מיטן פופצנטן יאָרטאָג, זינט עס איז דערשי- נען דער ערשטער נומער פונעם זשורנאל.
הונדערט זעכציק דערשינענע פאר אָט די יאָרן בענדער פון ;סאָװועטיש היימלאנד"?-- דאָס זײַנען צענדליקער באהויכטע מיט דאאידייען פון סאָוועטישן פּאטריאָטיזם ראָמאנען, הונדערטער דערציילונגען, לידער און פּאָעמעס, פארצייכענונגען און ארטיק- לען פון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבער. דאָס איז א מאמאָשעס- דיקער בײַטראָג אין דער אנטוויקלונג פון דער פילנאציאָנאלער סאָוועטישער ליטעראטור,
א הויכע אָפּשאצונג פארדינט די פובליציסטישע לײַדנשאפט-. לעכקײַט, מיט וועלכער עס טרעט ארויס דער זשורנאל ,סאָווע- טיש היימלאנד", שילדערנדיק דעם סאָוועטישן ארט לעבן, דע- מאסקירנדיק דעם בורזשואזן נאציַאָנאליזם, ראסיזם און ציַעניזם, קעמפנדיק קעגן יעטווידע אנטפּלעקונגען פון רעאקציע, אנטי- סאַוועטיזם,
באגריסנדיק די רעדאקציע פונעם זשורנאל , סאָװועטיש היימ- לאנד" מיט דער רומפולער דאטע, װינטשט דער סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרײַבער-פארבאנד פון פססר דעם רעדאקציאָנעלן קאָלעקטידן נײַע שעפערישע דערפאָלגן אינעם דערציען די לייענער אין גײַסט פון סאָוועטישן פּאטריאַטיזם, פּראָלעטארישן אינטערנאציאָנאליזם, ברידערלעכער פעלקער- פרײַנטשאפט,
סעקרעטאריאט פון דער פארוואלטונג פונעם שרײַבער'פארבאנד פון פססר
ארז:װערגעליט
סאבאקלען און אויסזינטן
ין מעשעך פון די לעצטע 15 יאָר איז די ייִדישע ליטערארישע לייענער-סויוװע אן איידעס פון א שעפעריש-דערהויבענעם פּראָצעס -- דעם רעגולערן ארויסגאנג פון דער כוידעשלעכער אויסגאבע ,סאָװעטיש היימלאנד", וועלכע לאָזט ניט איבער גלײַכגילטיק ניט דעם אָנהענגער, ניט דעם קעגנער. ס'איז בעעמעס ניט אָפּצומערקן אין דער געשיכטע פון דער ייִדישער ליטעראטור נאָך א זשורנאל, װאָס זאָל ארויסרופן, וי , סאָוועטיש היימלאנד?, אזעלכע צופלוסן פון לײַדנשאפט. גענוג צו דערמאָנען, װיאזוי בייסן 10-יאָריקן יויװל פון אונדזער צײַטשריפט, אין 1971, האָט, פון איין זײַט, א ציַעניסטישער אקטיוויסט צװישן די פּען-מענטשן אין ייַסראָעל א. קארפּינאָװיטש אויסגעשריגן אף א סימפּאָזיִום ארום אָט דער דאטע, אז ,אין דער פאָרם, װי דער זשורנאל זעט איצט די שײַן, האָט ער ניט די רעכט אף עקזיסטענץ! און, פון דער צווייטער זײַט, האָט דער פאָרזיצער פונעם ייִסראָעלדיקן ייַדישן שרײַבער-פאריין מ. צאנין געשריבן מיט אופגעבראכטקײַט אין דער צײַטונג ,לעצטע נײַס", אז עס איז פאראן אזא עלעמענט, װועמען ס'איז ,גרויס אין די אויגן, װאָס ,סאָוועטיש היימ- לאנד", װי א כוידעש-זשורנאל אין ייִדיש, דערשײַנט ביכלאל, און ער װאָלט אוועקגעגעבן דעם מיילעכס אויצער, אז דער עפנטלעכער ייִדישער אויסדרוק אין ראטנפארבאנד זאָל ליק" ווידירט װערן, דערקלערט װערן פאר טויט... ער וערט גרין און בלאָ, װוען ער דערזעט א נײַעם נומער פון ,סאָװועטיש היימלאנד". צום באדויערן, זײַנען אויך ייַדישע שרײַבער אָפט ארײַנגעצויגן אין דער פּאָליטישער קאמפּאניע קעגן ,סאָוועטיש היימלאנד", ניט אָפּגעבנדיק זיך קיין כעזשבן, אז זיי ווערן אויסגענוצט... קעגן ייִדיש, קעגן דער ייִדישער ליטעראטור. , סאָװועטיש היימלאנד" איז הײַנט די בעסטע ייַדישע ליטעראטור-שריפט אין דער ועלט.. געווען פאלן פון פּאָגראָמירן ביכער-קראָמען, וועלכע פארקויפן דעם סאָװעטישן ייִדישן זשורנאל אינעם ,פּרײַען אויסלאנד", אויך פאלן פון פּרוּוון אָפּשוואכן און, מעגלעך, אָפּשטעלן זײַן צירקוליאציע צװוישן די פאָלקסמאסן אין קאנאדע, פשא, ייִסראָעל, אווסטראליע. אזא האס-פיבער בא געוויסע פארינטערעסירטע קרײַזן שאפט, געוויינטלעך, פיל קאָװעד אונדזער ליטערארישער אויסגאבע, וועלכע, וי מיר ווייסן, קומט אָן צום לייענער, אין סאָף פונעם צײַט-אָפּשניט פון 15 יאָר, מיט איר 161-טן באנד. בא דער געלעגנהײַט פון דער יוביליי-פײַערונג איז נייטיק ווארפן א בליק אף דער פּראָבלעמען-פּאנאָראמע אין און ארום דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראטור.
עס גייט א רייד וועגן די זעכציקער יאָרן. און וועגן דער ערשטער העלפט פון די זיבע- ציקער יאָרן פון אונדזער יאָרהונדערט. מיר ווייסן, װאָס דאָס איז פאר א צײַט.
גאגארין. צעלינא. דובנא. בראטסק. בײַקאליאמורער מאגיסטראל.
,אפּאָלאָן"---,,סאָיוז". טראנספּלאנטאציע פונעם הארץ. עקסטרא-קלאנג-שנעלקײַט.
דאלאס. לומומבא. נאָענטער מיזרעך. טשילי.
וויעטנאם. פּאָרטוגאליע. אנגאָלא.
דעטאנט,
די אָנדערהאלבן יאָרצענדליקער זײַנען פארבונדן מיטן קריזיס אין דער קראנקליט, װאָס רופט זיך קאלטער קריג. סזײַנען געװוען געפערלעכע אופבליצן פון דער קרענק, מעשונע- הויכע טעמפּעראטור בא דער װעלט-סטרוקטור; עס האָבן זיך באוויזן ראדיקאלע היילונגס- מיטלען, װאָס הייבן שוין אָן צו געבן פארלײַכטערונג..
אף דער ייִדישער גאס זײַנען די געשעענישן געגאנגען אין א פארקערטער ריכטונג. די קומענדיקע היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן װעלן, קאָן זײַן, זיך אָנשטױסן אף שװעריקײַטן באם נעמען זיך אופצוקלערן אף א לאָגישן אויפן און אָפּשאצן אט דעם דאָזיקן צײַט-אָפּשניט, װײַל עס קומט פאָר בעעמעס אומגלייבלעכס: א נאציאָנאלע סוויווע, אין וועלכער עס האָבן פריער פּרעוואלירט טענדענצן ופון פּראָגרעס, איז איצט אין א גאנצער ריי לענדער ---ייַס- ראָעל, 'פשא, קאנאדע, אווסטראליע, ענגלאנד א. אנד. -- אין גאָר א גרויסער מאָס פארטויבט פון דער עקסטרעם-רעאקציאָנערער און אָבסקוראנטישער פּראָפּאגאנדע, און אין רעזולטאט פון דעם איז זי וי אָפּגעװאָרפן געװאָרן צוריק אף א גאנצן געשיכטלעכן עטאפּ. אין יעדן פון די דערמאָנטע לענדער און אויך אין אנדערע האָבן אין דער ייַדישער סוויווע גענומען די אוי- בערהאנט קויכעס פון רעאקציע און רעגרעס. די קלעריקאלע געטאָס אין צאָפן-אמעריקאנער שטעט, די פארמאכטעע פאר א פרעמד אויג-און-אויער קלוימערשט געשעפטלעכע, נאָר פאקטיש ריין-פּאָליטישע קערפּערשאפטן פון יאהודים אין די צענטרען פון אײראָפּע, די אָרגאניזירטע אין פּארטייען, ,כעוורעס" און , הויפן" פינצטערע פאנאטיקער אין ייַסראָעל און אמעריקע, -- זיי זײַנען הײַנט שוין ניט קיין אָביעקטן פאר ליבהאָבער פון נאצי;אָנאל-אָפּגעװעלקטער עק- זאָטיק. ס'איז קריגערישער מיטלאלטער, און דער שרײַענדיקער פּאראדאָקס באשטייט אין דעם, װאָס גראָד בא ייִדן, וועלכע האָבן געגעבן דער װעלט שפּינאָזען, מארקסן, איינשטיינען, סװערדלאָוון, האָבן אין דער צווייטער העלפט פונעם צואנציקסטן יאָרהונדערט אופגעלעבט און זײַנען פרײַ ארויס אין גאס די איכט;אָזאװרען פונעם גײַסטיקן לעבן. עס האָט זיך אײַנ- געשטעלט א ציעניסטיש-אנטיקאָמוניסטישער פראָנט, וועלכער אין שמײַדיק אקטיוו אינעם קאלטן קריג, האָבנדיק אף זײַנע פלאנגען דעם פאשיזם פון די בעגינס און פון די קאכאנעס. דער דאָזיקער מאצעוו װוערט נאָך מער געפערלעך מיט דעם, װאָס אין די זעלבע יאָרן האָט צװוישן דער אָנפירערשאפט פון די פּראָגרעסיוע ייִדישע אָרגאניזאציעס, איבערהױיפּט אינעם גרעסטן ייִשעוו -- אין אמעריקע, זיך פארשפּרייט דער וירוס פון רענעגאטסטווע, און אין דער פארטשאדעטער אטמאָספער פון נאציאָנאליזם באקומען די , געוועזענע" א מעגלעכקײַט צו אָפּשוואכן און אפילע ארויספירן פון דער ריי קעמפערישע רעװאָליוצלאָנער-פּראָגרעסיווע קויכעס פון די ייִדישע ארבעטנדיקע מאסן, ארופווארפן אף דער פּראָגרעסיוער באוועגונג דעם שלייף פון אָפּאָרטוניזם און פון ייִדישן בורזשואזן נאצ;אָנאליזם, װאָס אין לעצטן רע- זולטאט ברענגט עס צו דער אָנשליסונג צום ציַעניזם און אנטיסאָוועטיזם.
אזא אידיייַש-פּאָליטישע קאָניונקטור אין די וויכטיקסטע ייַדישע ייִשוּוים פון די קאפּי טאליסטישע לענדער האָט ניט געקאָנט ניט אָפּרופן זיך אף די אָפּצװײַגן פון דער ייִדישער ליטעראטור, וועלכע, ארויסוואקסנדיק פון זייערע װאָרצלען אין די אלטע ווויןיערטער (רוס- לאנד, פּױלן, ליטע, רומעניע), שפּרײטן זיך, פון א לאנגער צײַט אָן, אכוּץ דעם סאָוועטנפאר- באנד, אפן אמעריקאנער קאָנטינענט און אין ייַסראָעל.
די פארגאנגענע זעכציקער און די לויפנדיקע זיבעציקער יאָרן זײַנען פאר דער ייִדישער ליטעראטור אין די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע באזונדערס שווערע. עס זײַנען שוין אוועק אין דער אײביקײַט די לעצטע ייונגע" און די לעצטע ,אינזיכיסטן". צוזאמען מיט לייוויקן, גלאנץ-לעיעלעסן, עפראים אווערבאכן, נאָכעם יודן, מאלקע לי, קאדיע מאָלאָ- דאָווסקי -- די געשטאָרבענע אין מעשעך פון אָט די יאָרן ---איז קימאט אינגאנצן שוין פאר- שװוּנדן פון דער בירגערלעכער ייִדישער ליטעראטור-סוויווע דער טיפּ פּראָפּעסיאָנעלער פּראָזעד אָדער דיכטונגימעכאבער. דאָס ביסל רעשט איז ,פארבאשעויסט" געװאָרן. אפן דערהויבענעם טראָן פון דער ייִדישער ליטעראטור אין אמעריקע, ארום וועלכן ס'פלעגן נאָך ניט לאנג צוריק זיך געפינען אין א ציטערדיקער כשיװעסינאָענטקײַט רייזען, אָפּאטאָשו האלפּערן, אש, נאדיר, לייוויק, מאני לייב, האָבן איצט זיך צעלייגט, מיט די פיס און מיט די שטיוול, גראפאָמאנען, ראבאָנים, סי-אײַ-עי-פּאָרוטשענצעס, ציִעניסטישע הוה אנ- טיסאָוועטישע צײַטונגס-רעפּאָרטיאָרן.
װאָס איז שײַעך דער אמאָליקער , פּראָלעטפּען"-גרופּע אין פשא, איז פון איר געבליבן, קאָן זײַן, בלויז א שפּור. פאר די אָנדערהאלבן יאָרצענדליקער זײַנען אװועק פונעם לעבן די עלטערע פון דער פּראָגרעסיווער מאכנע: ארן קורץ, ל. מילער, סאָרע פעל-יעלין, ש. דייק-
פּ
סעל. געציילטע געבליבענע האָבן אָנגעװוירן דעם ריכטיפאָדעם. ס'איז א טריעריקער פאקט, אז אין דעם איקופישן זשורנאל ,ייַדישע קולטור" דרוקט איצט דער ,געװעזע- נער" מארטין בירנבוים אנטיסאָוועטישע שירים, וועלכע װאָלטן ,באפּוצט" מיט זיך א זײַט אינעם ,פּאָרווערטס". די יעניקע, װאָס האָבן ניט פארלאָזן, אָדער ניט אינגאנצן נאָך פארלאָזן דעם כויוו און די פאראנטװאָרטלעכקײַט (בער גרין, סעם ליפּצין, י.-א. ראָנטש, כאלם שווארץ, נ. ד. קאָרמאן, דאָװיד סעלצער אא.), געפינען זיך אונטער דער בײַטש פון די בייזיאוועקגע- גאנגענע רעדאקטאָרן אין די שוין געענדערטע אויסגאבעס ,מאָרגן"פרײַהײַט" און ,ייַדישע קולטור", און זיי זײַנען ניט בעקויעך, װײַזט אויס, צו אָרגאניזירן זיך ארום אזא מער-װייניקער פארהיטער ליטעראטור-פּלאָשטשאדקע, װוי, לעמאָשל, די פּעריאָדישע אויסגאבע פונעם ייִדישן פּראָגרעסיוון שרײַבער-פאריין אין פשא זאמלונגען", קעדיי מיט דעם צו ראטעװען פון פארשווינדונג---אף א שמאָלערער, אָבער דערפאר אף א פרינציפּיעלער באזע--די ,פּראָי לעטפּען*-טראדיציעס.
ביז דער לעצטער צײַט האָט מען, װי באװוּסט, גערעדט וועגן דרײַ הויפּטיצענטרען פון דער ייִדישער ליטעראטור: סאָוועטנפארבאנד, פשא, ייִסראָעל. מון מעזָ איצט קאָנסטאטירן, אז אין פּראט פון רעאלע ליטערארישע קרעפטן, דה. פון דעם, וויפל ס'זײַנען פאראן שעפע- רישע שרײַבערישע פּערזענלעכקײַטן, וועלכע שטעלן צו פאר דעם ייַדישן לייענערס ביכער- פּאָליצע קינסטלערישע װערק, --אין אָט דעם פּראט איז שוין הײַנט דער זעקסמיליאָניקער ילִדישער ייַשעוו אין אמעריקע ניט אף קיין סאך װאָגיקער פון דעם פיל און פיל קלענערן ייִשעוו אין פראנקרײַך, אשטייגער (מיט כ. סלאָװעסן, ב. שלעווינען, ד. טייטלבוים, מ. שול- שטיינען און אנדערע שרײַבער, װאָס האגאם בא באזונדערע פון זיי האָט דער אידיייַשער זייגער-אומרו זיך ניט איין מאָל געוואקלט , פון" און ,ביז", זײַנען זיי אלע, פון ריין פּראָ- פעס;אָנעלן שטאנדפּונקט, ארײַנטרעגער פון ליטערארישע װערטן).
ארום דעם צוייטן צענטער פון דער ייִדישער ליטעראטור--ייַסראָעל -- פירט זיך א העפטיקע פּראָפּאגאנדע אין דער צ;עניסטישער פּרעסע און ספּעציעל אין שײַכעס מיט פּאָלי טישע אומגאנגיקאמפּאניעס. זוכנדיק צו אונטערהאלטן די אליעיבאדערפענישן, באמיען זיך אייניקע װאָרטזאָגער פונעם הײַנטצײַטיקן ציעניזם צו שאפן דעם אײַנדרוק, אז עס װערט קלוימערשט צוריקגעצויגן, אָדער, פּינקטלעכער גערעדט, אָפּגעלײגט אין א זײַט דער שפּראכן- טעזיס, לוט ועלכן יידיש--די ;גאָלעסישפּראך"--און די קולטור און ליטעראטור אף ייִדיש דארפן גענצלעך איגנאָרירט װערן, און זיי מוזן פארשווינדן לעטויוועס איווריט און דער קולטור און ליטעראטור פון די סאברעס. מע מאכט אזא מין רעקלאמע: קיין ייַסראָעל זײַנען אוילע געווען פונעם סאָוועטנפארבאנד, פּױלן און אנדערע לענדער ,,מעכטיקע ליטע- ראטור-קאדרען", און צוזאמען מיט די דאָרטיקע ייִַדישע שריפטשטעלער װעלן זיי פארוואנד- לען די מעדינע אינעם ,גרעסטן צענטער" פון דער ליטעראטור אף ייִדיש. דאָס איז אָבער גראָבע דעמאגאָגיע.
די פארדארבערישע אטמאָספער ארום ייַדיש אין דער ייִדישער מעדינע איז גוירעם די פולע אָפּװעזנהײַט פון אייגענע ייִדישע שרײַבער, אויסגעוואקסענע אף דער ייַסראָעליערד. דער ציעניזם נעמט זיך דעריבער ארויסשטעלן אין די שויפענצטער לעבעדיקע מאנעקענען-- אָנגעפאָרענע מעכאברים פון דער ,גאָלעס-ליטעראטור", מיט וועמענס הילף ס'איז גרינגער ארײַנצונארן דעם ,גאָלעס-ילד". אז-און-פאר-זיך איז דאָס דאָזיקע מאָסמיטל ניט נײַ און ניט, װי מע זאָגט, הימל-שרײַענדיק, -- אויב עמעצער האָט כיישעק זיך אָנדינגען פאר א פרעמדן מיסכער, איז עס זײַן זאך. אָבער אײנצײַטיק דארפן מיר דאָס מאָדנע טועכץ װי ס'געהער צו זײַן אָפּשאצן. פונעם שטאנדפּונקט פון די אינטערעסן פון דער ליטעראטור קאָן מען דאָס אנ- דערש ניט אָנרופן, װי שווינדל. ארויספירן שרײַבער פון זייערע נאטירלעכע װויןדערטער אין א לאנד פון א גאָר אנדער כאראקטער איז דאָס זעלבע, װאָס אוועקנעמען פון אונטער לעבע- דיקע ביימער זייער באָדן און אונטערשטעלן אָנשטאָט אים קארטאָנענעם רעקוויזיט.
די ייִדישע ליטעראטור האָט אינעם גאנג פון איר געשיכטע ניט איין מאָל שווער איבער- געלעבט מיגראציע פון שרײַבער. ווען א פּאָשעטער באָסערװעדאָם בײַט זײַן היים אף אן אנדערער, איז עס טאָמיד פארבונדן מיט קרענקלעכער אקלימאטיזאציע, װאָס דאָס באטײַט-- ניט בלויז זיך צופּאסן צו א געענדערטן קלימאט, נאָר גרינטלעך איבערבויען דאָס גאנצע ועזן, ,די נעשאָמע", אזוי צו זאָגן, איבערמאכן די פּסיכאָלאָגיע, די געוווינשאפטן, די געשמאקן, דאָס שטייגער-לעבן. װען עס בײַטן די היים זייערע שרײַבער, דארפן זיי דערצו נאָך בײַטן די .לירע"-- אלע פארבן פון זייער שאפונג, אפילע די לעקסיק, די בילדערישע געשטאלטיקײַט, און אינעם פאל מיט די געוועזענע סאָוועטישע שרײַבער -- בײַטן די װעלט-אָנשױוּנג, אויב זיי האָבן בעעמעס וועןדעס-איז אזא געהאט.
6
װי שווער עס איז פאר א ,גאָלעס-שריפטשטעלער" צו װערן אן ,עכט-ײיסראָעלדיקער?, איז צו זען פון דעם, װאָס אזעלכע באגאבטע דיכטער, װי א. סוצקעווער, מ. יונגמאן, ר. באס- מאן, געקומענע אין דער מעדינע מיט 20 יאָר צוריק, ב. העלער, ל. מאָרגנטױ, געקומענע מיט 0 יאָר צוריק, האָבן נאָך ביז הײַנטיקן טאָג ניט געשאפן קיין איין ברייטימאסשטאביק װערק אף דער טעמע ,ייַסראָעל". וועגן זיי קאָן מען זאָגן, אז זיי לעבן אָפּ זייערע יאָרן אין דער מעדינע, דאָרט שטייט זייער שרײַבטיש: נאָר בעשום-אויפן קאָן מען ניט זאָגן, אז זיי זײַנען אירע שילדערער. דאָס זעלבע, אגעוו, איז געשען מיט ביאליקן, אשן און אנד. נו, און פאר די שרײַבער, װאָס זײַנען ארויסגעפאָרן פונעם סאָוועטנפארבאנד, --- פאר זיי זײַנען די עטלעכע יאָר ארומשמײַען ארום די ציִעניסטישע פּושקעס א קאטאסטראָפאלע אָפּשואכונג פון די אזוי אויך שוואכע קויכעס. דערצו נאָך קומט צו דער שעקער, װאָס באגלייט דעזערטירסטווע. עלי שעכטמאן האָט זײַן ראָמאן ,ערעוו" געשאפן און פארעפנטלעכט אין סאָוועטנפארבאנד, אונ- טער דער שעפערישער האשפּאָע פון , סאָװעטיש היימלאנד", און איצט פארנעמט ער זיך אין ילִסראָעל מיט איבערמאכן און פעלשן דעם אור-פארטראכט, האָפּענענדיק אויסצודינגען פאר זיך באם ציעניזם א מאנטיע פון ,גרױיסקײַט". שלויִמע רויטמאן,. װאָס האָט אין סאָוועטנפאר- באנד געהאט אייגענעם קאָלאָריט, אייגנארטיקע דיכטערישע פאקטור, האָט אין ייִסראָעל, גלײַך וי ער איז ,אראָפּ פון דער פור", אָנגעהױבן שיטן מיט לידער פון א סטאנדארטן באָייסקאו- טישן , פּאטר;אָטיזם", און ס'איז מאָדנע צוצוזען, װי דער קערנדיקער דיכטער מאכט הײַנט נאָך דעם נוסעך פון אזעלכע ווערסיפיקאטאָרן, װי קערלער, עפראָיִם רויטמאן, בױימװאָל. אין דער מעדינע האָט שלוימע רויטמאן ארױיסגעלאָזט זײַנע אין סאָוועטנפארבאנד אָנגעשריבענע לידער און דעם בוך געגעבן א נאָמען, וועלכער רעדט ועגן זײַן געמיטיצושטאנד: ,דער לעץ און דער ריטער"..
יאָ, אין ייַסראָעל איז זיך צונויפגעקומען הײַנטיצויטאָג אן אוילעם ילדישע פּעןיהענדלער-- אלע פון באיאָרטן, װײַט שוין ניט שעפעריש-פרישן עלטער, יעדערער מיט זײַן פּעקל דײַגעס און שיזאָפּרענישע אמביציעס. און ווען ס'וועט זיך אָפּשטעלן דער נאָכפרעג אף אָט דעם אוי- לעם װי אף א קאָרט אין דער אנטיסאָוועטישער שפּיל, -- דאן װעט קלאָר װוערן פאר אלעמען, אז דעם צעניזם, וועלכער האָט פון אָט די שרײַבער געמאכט , אוילים", איז געװוען ויכטיק ניט צו װאָס זיי װעלן צושטיין, נאָר פון װאָס זיי װעלן אָפּגײן. דער פּאָליטישער ציל איז געווען -- אָפּשוואכן די סאָוועטישע ייַדישע ליטעראטור, אוועקנעמען בא איר װוי װײַט מעגלעך מערער שעפער, דאָס הייסט --א געוויינלעכע אידעאָלאָגישע דיווערסיע.
פארשטייט זיך, אז פון אזא פארברעכערישן שאָדן-,, שפּיצל" װעט די ייִדישע מעדינע ניט ווערן קיין גרעסערער ייַדישיליטערארישער צענטער, װי זי איז. אן אנדער פראגע איז--- צי האָט דעם ציעניזם זיך אײַנגעגעבן צו דערגרייכן א וועזנטלעכן אָפּפּלוס פון שעפערישע קוי- כעס פון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור, אן אָפּפלוס פון אזא פארנעם, אז די ליטע- ראטור זאָל פון אים װערן װייניקער לעבנספיייַק? די דאָזיקע פראגע באקומט איר ענטפער באם אונטערציַען דעם סאכאקל פונעם 15-יאָריקן דערשײַנען פון אונדזער זשורנאל , סאָװוע- טיש היימלאנד". די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראטור לעבט, און זי קעמפט פאר איר װײַטער-: דיקן קיִעם אף די פרוכטבארע יעסוידעס פון אָרגאנישער פארבינדונג מיטן רעאלן לעבן זי פונקציאָנירט אין א נאָרמאלער אטמאָספער, אין דער ארומרינגלונג פון פרײַנטלעכע שווע- סטער-ליטעראטורן. מיט פאראכטונג האָט זי אָפּגעװאָרפן די ביזאיענלאָזע אנטישעפערישע האנדלונג פון די דעזערטירן און ארויסגעריסן זיי פון אֹיר הארצן. די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער זײַנען ניט קײַן קוקאוועס, װאָס לייגן זייערע אייער אין פרעמדע נעסטן. אויב זי קומען יאָ אָן צו ניט-אייגן לאנד, איז קעדיי א קוק טאָן אף דעם פון דער הייך פונעם אייגענעם לאנד און װעגן אלץ באװוּסט מאכן דעם ליענער. אונדזער סאָוועטישע ייִדישע ליטעראטור איז א פאָטערלענדישע, װי ס'איז אָנגענומען צו אויסדריקן זיך אין רוסלאנד. זי וועט פאָרזעצן לעבן איניינעם מיט איר דוירעסדיקן שילדערונגסימאטעריאל, ניט אָפּנעטײלט פון איר לענינישער וועלט-אופאסונג, לעבן אין דער היים, און ניט ערגעץ אין האָצעפּלאָץ. װאָס פאר א װוערט האָבן קעגן די דאָזיקע פּרינציפּיעלע האנאָכעס די מיַעסע , שפּיצלעך" פו- נעם ציַעניזם?
פארשטייט זיך, מיר פארמאכן ניט די אויגן אפן מאצעוו אין פּראט פון שעפערישע קאד- רען. מיט 15 יאָר צוריק, ווען ס'האָט זיך אָנגעהױבן דער זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד", זיי- נען נאָך געווען טעטיק אייניקע פון אונדזערע , פּאטרקארכן". נאָכעם אויסלענדערן, דעם מיט- צײַטלער און מיטקעמפער פון אַשער שווארצמאנען--געהער דער פארדינסט פון העלפן אויס- פורעמען די אידײייַשע פּראָגראם צוערשט פונעם שוין איצט שיר ניט לעגענדארן זשורנאל ,שטראָם", אין סאמע אָנהײב פון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור, און דערנאָך פונעם
7
זשורנאל ,סאָװועטיש היימלאנד", אין די פריע זעכציקער יאָרן. איציק קיפּניס, ז. װענדראָף, מאקס שאץ-אנין, כאנע לעווין, אווראָםס קאהאן, יאנקעוו שטערנבערג -- פאָרשטייער, פיגוראל גערעדט, פונעם בערגעלסאָן-האָפשטײן-דאָר -- זײַנען געווען צװישן די גרונטלייגער פונעם נײַעם עטאפּ אין דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראטור, וועלכער הייבט זיך אָן אין 1961, באזונדערס ווייטעקלעך רופט זיך אָפּ אף אונדזערע פארמעסטן דער פארלוסט פון א גאנצער ריי שרײַבער, אויסגעוואקסענע ביז די הייכן פון שעפערישער שליימעס אין ערשטן יאָרצענד- ליק פון ,סאָוועטיש היימלאנד", -- דער פארלוסט פון די דיכטער מוישע טייף, מאָטל גרוביאן, שיקע דריז, שיפרע כאָלאָדענקאָ, פון דעם ראָמאניסט נאטאן זאבארע, פון די קריטיקער מוישע נאָטאָװיטש, כאיִם לויצקער, פון די שעפעריש-אופגעקומענע מיט א באנײַטן אָטעם טאקע אויך אף די זײַטן פון ,סאָוועטיש היימלאנד" דיכטער, פּראָזאיִקער, פּובליציסטן, ליטעראטור- פּאָרשער -- הילעל אלעקסאנדראָוו, אלעקסאנדער גובניצקי, איטשע באָרוכאָװיטש, שלוימע ראבינאָװיטש, ליובע וואסערמאן, שלוימע טשערניאווסקי, פּייסי יאנאָווסקי און אנד. אין סא- כאקל גענומען זײַנען פאר די 15 יאָר אוועק אין דער אײביקײַט 48 שעפער פון דער סאָווע- טישער ייִדישער ליטעראטור. עס האָט זיך אויך ניט געקאָנט אָפּרופן אף דעם ליטערארישן ;צעך" דאָס דעזערטירן מיצאד א צאָל שרײַבער, וועלכע װאָלטן אין סאָוועטנפארבאנד פאָר- געזעצט זייער אײַנגעבױרענעם גאנג אף דער ערד פון די װאָרצלען, יעדערער, נאטירלעך, לויט זײַנע קויכעס, און אין ייִסראָעל זײַנען זיי פארורטיילט צו וועלקונג, קױידעמקאָל-- צו שענדלעכער אידיייַשער דעגראדאציע,
יאָ, דער טויט און דער אָפּפאל -- זי האָבן זיך װי פארייניקט, קעדיי אונטערטראָגן ארגו- מענטן די סקעפּטיקער, די ניט-גלייבער אין די לעבנס-קויכעס, אין די גוטע אויסזיכטן פון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראטור. ס'איז אָבער שטארקער פון זיי געווען אין מעשעך פון 15 יאָר און איז פארבליבן אויך איצט שטארקער דער זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד", די צענדליקער נײַע ביכער, װאָס עס האָבן ארויסגעלאָזט די שעפער פון אונדזער ליטעראטור, די גרויסע צאָל נײַע מאנוסקריפּטן, וועלכע זײַנען הײַנט אין דער ארבעט. פאר מענטשן מיט שמאָלע קעפּ װעט מיסטאמע בלײַבן א רעטעניש פאָלגנדעס:
אין 1961 האָט ,סאָועטיש היימלאנד" געהאט 113 אװטאָרן; איצט, אין 15 יאָר ארום, נאָך אלע פארלוסטּן, איז די צאָל א גרעסערע: 134.
מע קאָן פרעגן: פונוואנען נעמען זיך נײַע שעפערישע קויכעס? קיינער לייקנט ניט, אז אכצניאָריקע באגאבטע יינגלעך און מיידלעך טרעטן שוין ניט אריבער די שװעל פון דער ייִדישער ליטעראטור. אָבער לאָמיר זיך אײַנטראכטן אין די פּראָצעסן, וועלכע ס'האָט ארויס- גערופן די געראָטענע טעטיקײַט פון אונדזער ליטערארישער צײַטשריפט. מע זאָגט: פאראן א באזונדער מין טאלאנט -- דאָס אָפּזוכן, ארויספירן, אופהייבן טאלאנטן. די דאָזיקע אייגנ- שאפט העלפט ,סאָװועטיש היימלאנד" צו קאָמפּענסירן די אָפּװעזנהײַט פון אנדערע נאטירלעכע קוואלן פאר דעם װוּקס פון די ליטעראטור-רייען. ס'איז פון וויכטיקן באדײַט, װאָס אין דעם רעגלמעסיקן גאנג פון אונדזער ליטערארישער מאכנע, נאָכן 1961 יאָר, האָבן זיך געלאָזט הערן, צוערשט ניט דרייסט, דערנאָך שטארקער און זעלבשטענדיקער די טריט פון אלעקסאנ- דער ליזען, מישע לעוו, דאָװיד בראָמבערג, אװוראָם קאצעוו, מישע מאָגילעװיטש, פּיניע קי- ריטשאנסקי, מאָטל גרוּוומאן; עס זײַנען װידער אופגערופן געװאָרן צו שריפטשטעלערישער ארבעט די שוין פון לאנג פארשוויגן-געװאָרענע באָריס מאָגילנער, עליע ביידער, פּיניע פּלאָט- קין, כאיִם גורעוויטש, וועלוול װערניק, ליפּע העלער, זיאמע טימענטשיק, יאנקל עלקיס: פּונקט וי באנײַס א קאָן פונקצ;אָנירן אװראָם פּריבלודע, זאלמען קאהאן, נאָכעם פרידמאן, אבע פינקעלשטיין; עס האָבן זיך באוויזן אין דרוק אלעקסאנדער בעלאָוסאָוו, יאשע טשערניס, יאשע רוביאן, רוּוון פּוסטילניקאָוו, כאיִם טאמארקין, לייב ווילסקער, ייַסראָעל קאָוועלמאן, יויסעף שוסטער; א היפּשע צאָל נײַע נעמען האָט געגעבן די סטאבילע רובריק אין זשורנאל , װערק פון אונדזערע לייענער"---מיר רופן דאָ אָן בלויז די נעמען פון יענע אװטאָרן אין אָט דער רובריק, וועלכע האָבן זיך אײַנגעבירגערט, מער-װייניקער, אין ליטערארישן שאפן: באָרעך שיינגאוטער, נעכאמע סיראָטינע, ראָזע קאץ-ראבינאָוויטש, בראָניע סינעלניקאָווא, מוישע פּענס, זיסי ווייצמאן, יאנקעוו פּליך, שלוימע ראפּאָפּאָרט, שיַע זינגער, רעפאָעל גאָלדענבערג, יעשוע הוטנער, אײַזיק שפּילבערג, יאנקעוו קראוועץ, ארן זײַטשיק, זאלמען מינקין, מאָניע מיניעוויטש, ביניאָמין קאָטליאר, ייִצכאָק באָראָװיטש, הערשל באראז, מוישע מאנדעל אא.
קאָן מען אָבער דערװידערן: די צאָל איז ניט באטרעפלעך. װוּ זײַנען צװישן די גרונט- קאדרען פונעם נײַעם עטאפּ די הײַנטיקע מארקישעס, כאריקס, גאָדינערס, און צװישן דעם נאָכװוּקס -- די אָרלאנדס, אָלעװוסקיס, אלבערטאָנס?
איז אָבער די זאך ניט אזא פּאָשעטע, וי זי זעט אויס לויט די אָפּרײדענישן פון יענע
סקעפּטיקער, וועגן וועלכע כ'האָב שוין ערשט דערמאָנט. מע װאָלט געקאַָנט, פארשטייט זיך, אויך אוועקשטעלן זיך און פארגלײַכן דעם אָדער יענעם הײַנטצײַטיקן שעפער מיט זײַנעם א פאָרגייער. איז עס, װי מיר שײַנט, אן אומזיסטע מי. בא דער געלעגנהײַט דארף געזאָגט ווערן, אז אין די צוואנציקער יאָרן איז די קריטיק געווען א סאך ברייטהארציקער, איידער איצט. ווען מארקיש האָט נאָך ניט געהאט אָנגעשריבן קיין איינע פון זײַנע בארימטע פּאָעמעס, און ער האָט דערװײַל געפּרוּװט די שטים אין ,סטאם" און , פּוסט-און"פּאס", ווען קװויטקאָ איז ערשט געווען דער אװטאָר פון דעם , רויטן שטורעם", ניט מער, דער ניסטער -- פון די לידער-ציקלען און פון ,געדאכט", װײַט-װײַט נאָך פון , מישפּאַכע מאשבער", און אזוי אויך אלע איבעריקע פאָרשטייער פון דעם גרונטלייגער-דאָר (דעמלט נאָך שרײַבער-אָנפאנגער),.-- זײַנען שוין אין די ערשט-אופגעקומענע העפטן פון די רעװאָליוצ;אָנערע זשורנאלן ארויס יעכעזקל דאָברושין, נאָכעם אויסלענדער, שאָלעם גאָרדאָן און מיטן פולן מויל אָנגערופן זי גרויסע, ניט האָבנדיק, צום גליק, קיין טאָעס. אין די זיבעציקער יאָרן זײַנען אין דער גאנצער סאָוועטישער סיטעראטור די מאָסן שטרענגערע, דער צוגאנג אן אײַנגעהאלטענער. ועגן ,;גרױיסקײַט* װעט אורטיילן די צײַט. מע קאָן בלויז זאָגן, אז די הײַנט-פונקצ;אָנירנדיקע פּראַ- זעימײַסטערס מוישע אלטמאן, נאָטע לוריע, יעכיַעל שרײַבמאן, שמועל גאָרדאָן, כאיִם מעלא- מוד, שירע גאָרשמאן, הערשל פּאָליאנקער, יעכיִעל פאליקמאן, בוזי מילער, טעוויע גען, מארק ראזומני, בער האלפּערן, העשל ראבינקאָוו, מאָזי קאָבריאנסקי, ריווקע רובין אא., די דיכטער אווראָם גאָנטאר, הירש בלאָשטײן, מאָטל טאלאלאיעווסקי, דאָרע כײַקינע, מענדל ליפשיץ, ריווע באליאסנע, כאיִם ביידער אא., די ליטעראטור-פאָרשֶער הערש רעמעניק, אירמע דרוקער, יעשוע ליובאָמירסקי, ארן ראסקין טראָגן ארײַן אין דער שאץיקאמער פון דעם ייִדישן ליטע- רארישן שאפן קינסטלערישע וװערק, מיט וועלכע ס'װואָלט זיך געגרויסט א באליביקע לי- טעראטור,
די פראגע װוערט איצט געשטעלט גאָר אין אן אנדער פלאך:
פופצן יאָר איז פאר א גרויסן קאָלעקטיוו שעפער, פאר א גאנצער ליטעראטור א גענוגנ- דיקער צײַט-אָפּשניט אף צו פעסטשטעלן, צי ס'איז ריכטיק דער וועג, צי דער אידײיַשער מאיאק איז אָריִענטירט אף דעם פאָלקס-לעבן, צי דער טעמאטישער און סטילישטראָם אנט- שפּרעכט דער צײַט. אין באצוג צו דער ייִדישער ליטעראטור װעט דאָס אלץ באטײַטן--צי זי איז א לעבעדיקע, א הײַנטצײַטיקע ליטעראטור, א נייטיקע פאר דעם לייענער?
אף דער דאָזיקער פראגע קאָן מען ניט ענטפערן מיט איין װאָרט--יאָ צי ויין ס'איז נייטיק ארײַנצוקוקן אין די איצט-אָנגעשריבענע ביכער, אין די פּעריאָדישע אויסגאבעס, אויס- מײַדנדיק זיך צוצוהערן צו די פּראָפּאגאנדיסטישע רעקלאמע-דעקלאראציעס,
עס איז קלאָר פאר אלעמען, אז מיר, מארקסיסטן, נעמען ניט אוף די ייִדישע ליטעראטור וי איין שטראָם. דאָרט, װוּ די וועלט-אופאסונג, די אידייען-מאגיסטראל איז ניט אײינהײַטלעך, קאָן דען גיין א רייד וועגן געמיינזאמקײַט פון עסטעטישע קריטעריען, וועגן איין שעפערישן גאנג? דער מאנגל אין אָרט דערלויבט ניט אין דעם דאָזיקן ארטיקל אָנצורופן די צענדליקער אװטאָרן אין דער בירגערלעכער ייִדישער ליטעראטור פון אויסלאנד, וועלכע װאָלטן אין סאָ- וועטנפארבאנד ניט פּרעטענדירט אפילע צו אָנרופן זיך שרײַבער, זייערע ,ווערק" װאָלט קיי- נער ניט געדרוקט; אין דער זעלבער צײַט איז גענוג געווען געוויסע ,אונדזערע" ליטישלימא- זאָלים אריבערצופאָרן קיין ייִסראָעל, וי דאָס מאזל זייערס האָט זיך גלײַך געביטן: מע דרוקט די גראפאָמאניע, אוף דאָרט, װוּ מע דרוקט זי, לויבט מען זי אין דער וועלט ארײיַן..
אנאליזירן דעם צושטאנד אין דער ליטעראטור דארף מען לויט ערנסטע מוסטערן אָט װעל איך, אף טשיקאוועס, דערלאנגען פונעם ביכער-ישראנק, אָן אן אויסוואל, א נומער פון דער סאמע סאָלידער אף דער בירגערלעכער זײַט ייִדישער צײַטשריפט --, די גאָלדענע קייט". ס'האָט זיך ארויסבאקומען דער נומער 78 פאר יאנוואר --מארט 19723. ,די גאָלדענע קייט" איז א פערטליאָר-שריפט פאר ליטעראטור און געזעלשאפטלעכע פּראָבלעמען, זי דערשײַנט אין ייִסראָעל, און דער באנד פארן ערשטן פערטל פונעם יאָר 1973 איז געדרוקט געװאָרן, קומט אויס, אין א צײַט, ווען אין דער מעדינע איז געגאנגען צום סאָף דאָס זעקסטע מילכאָמע- יאָר, עס האָט שוין ,געשמעקט" מיט די טראגישע פאר איר, פאר דער מעדינע, שלאכטן אין ,יאָמקיפּער-קריג", די לעבנס-פּראָבלעמען זײַנען געווען קאָמפּליצירט, אָנגעװײטעקט, ס'האָט גערוישט און געטומלט און געאמפּערט זיך דאָס פאָלק, די יוגנט, די סטודענטשאפט. אף יעדער גאס, אין יעדן ייִשעוו זײַנען צוויי לאגערן געשטאנען פײַנטלעך איינער קעגן אנדערן; די אראבער און די אָקופּאנטן-באצווינגער. ס'איז נאָך שווערער געװאָרן אין די פּאָשעטע היימען די טאָגטעגלעכע אויסקומעניש. די סאמע אומגאנג-ווערטער זײַנען געווען --- אינפליאציע, אר- בעטסלאָזיקײַט, יאקרעס. די ארבעטנדיקע באפעלקערונג האָט אלץ אָפטער און אָפטער גע-
שטרײַקט. צװוישן די פּאָליטישע פּארטײיען זײַנען אָנגעגאנגען אומופהערלעכע רײַסערײַען אין די ענגע שטעט און קיבוצים האָבן זיך מאכנעסװײַז באוויזן צעטומלטע, אנטוישטע, ניט אײַנגעאָרדנטע אינעם שטייגער-לעבן, ווילד-פרעמדע צו אלץיארום ,אוילים" פון סאָוועטנ- פארבאנד. אזא פּלאָנטער! אזא מישמאש! אזויפיל ניט פארשטענדלעכע, ניט נאָרמאלע , רעאל- קײַטן?! װיַאזוי דאָס אלץ פארשטיין? װאָס װעט זאָגן וועגן אָט די ניט פארענטפערטע פראגן און פּראָבלעמען די ליטעראטור? װער װעט אופקלערן די ,רעטענישן" פון דער װירקלעכקליט?
איך עפן אוף דעם צופעליק-ארויסגענומענעם פונעם ביכערישראנק נומ. 78 פון דער סאָלידער ייִסראָעל-צײַטשריפט ,די גאָלדענע קייט". איר ארויסגעבער איז די היסטאדרוט-- דער פּראָפארײין-יצענטער פון דער מעדינע. װוּ נאָך, אויב ניט אין אזא אויסגאבע, זאָל מען זוכן אן ענטפער אף די צייט-פראגן?
דער זשורנאל-נומער הייבט זיך אָן מיט א פּאָעמע פונעם דיכטער יאנקעוו פרידמאן-- ,א כאָלעם צװישן בערג". די ערשטע שורעס פון דער פּאָעמע זײַנען אזעלכע:
די גאָרילע מיט צילינדער און פראק
טוט אָן הענטשקעס פון װײַסן בראָקאט,
נעמט די פעט-רויטע האק
און לאָזט זיך צום וועלט-מארק קעניג..
איך ווארף זיך ארײַן אין זינגענדיקן ,גאָרנישט,, װי א שטערן יונג און פלינק און פריילעך.
בין איך אוועק צו דער אור-קלוגער שטילעניש, צו ווערן א סאָלאָװײ אף אן איינזאמען בוים.
דער דיכטער טיילט מיט:
עס בלאָנדזשען הינקענדיקע געצן
פון פלאנעטן צו פּלאנעטן,
און עס כליפען אף צעבראָכענע קלארנעטן פון טהאָם טױיזנטיאָריקע פּאָעטן!
-- אוי, א פארלאָרענער דאָר!
וו איז דער אויסװעג? אָט איז ער: דער ייַסראָעלדיקער דיכטער לאָזט זיך טאנצן מיט דער רױטהאָריקער מערי..
.זי איז געקומען אהער
פון די פארייניקטע שטאטן
צו זוכן צווישן קלויזן, קלויסטערס און מעטשעטן דעם הימלשן טאטן..
און ס'באקומט זיך אָט װאָס:
איך האָב דערפילט אף זיך די פעל
פון אָראנג-אוטאנג,
=---מערי,--- זאַגג.) שי
ס'שמעקט מיט דזשונגלען און מיט יאם, מיט פלייש און בלוט און װאָר.
זי האָט מיך געװיקלט אין אירע רויטע האָר, און גוט איז געווען מיר א פולע שאָ, כאָטש גאָט איז ניטאָ
און די וועלט -- איך וויל ניט
טראכטן פון דער וועלט אצינדער..
איך װועל זיך אײַנוויקלען אין א טאלעס, וי מײַן עלטער-עלטער-זיידע,
רעב פינכעסל, דער שאמעס פון סטרי. אף א גאנצן שאבעס וועלן מיר אוועק פון הי צו ניט-הי...
פארשטייט זיך, באם לייענען די דאָזיקע שאפונג איז געזעצמעסיק צו שטעלן די פרא- גע -- ויַאזוי האָט געקאָנט געשען, אז די גרויסע ייָדישע פּאָעזיע איז דערגאנגען צו אזא מאצעוו? װאָס פאר אן אומגליק האָט מיט איר געטראָפן! נאָר דאָס איז איצט ניט מײַן טעמע,
10
ביפראט, אז אליין דער אװוטאָר מעלדעט זיך צװישן די, װאָס ווייסן: ,די פּוסטקײַט אין אונדז וויינט, די פּוסטקײַט פון א פארלאָרענעם דאָר", ער זאָגט גאנץ פּאָשעט: ,אלץ אין מיר גארט כאָרעוו וערן"... וויכטיק איז איצט צו באטאָנען די אויבנגעבראכטע שורע--,פון הי צו ניט-הי", -- דעם פיל מאָל שוין ארויסגעזאָגטן אני-מאמין פון דער הײַנטצײַטיקער בורזשואזער ייִדישער ליטעראטור -- דאָס אנטלויפן פון דער רעאלער װירקלעכקײַט אין ,ניטיהי-אויסרלי- סענישן. איך נעם ארויס פונעם ביכערישראנק די דרײַ נומערן ,סאָװעטיש היימלאנד"--פאר יאנוואר, פעווראל און מארט 1972, וועלכע אנטשפּרעכן לויט דער צײַט דעם נומ. 78 פון דער ,גאָלדענער קייט", און, װי ספּעציַעל צוליב פארגלײַכן, עפנט זיך אוף דער יאנווארינומער אויך מיט א פּאָעמע --א קראנץ פון מענדל ליפשיצעס 20 סאָנעטן, אָנגערופן , אװטאָב;אָגרא- פישע פּאָעמע". ניין, די טעמע איז אויך דאָ ניט קיין אויסערגעוויינלעך אקטועלע, אין ,סאָװוע- טיש היימלאנד" גייט דורך די דורכשניטלעכע טעמאטישע ליניע א סאך נעענטער צום איצ- טיקן לעבנס-טאָג אונדזערן, --אָבער ס'האָט זיך אזוי באקומען, אז מענדל ליפשיצעס אװטאָ- ביאָגראפישע סאָנעטן-פּאָעמע אין , סאָװועטיש היימלאנד" שטעלט זיך אוועק פּאָנעם-יעל-פּאָנעם מיט יאנקעוו פרידמאנס , כאָלעם"-פּאָעמע אין ,דער גאָלדענער קייט", און ס'איז אינטערעסאנט א קוק צו טאָן, מיט װאָס פארא לײַדנשאפטן עס לעבט דער סאָוועטישער ייַדישער דיכטער אין די 70-ער יאָרן פונעם יאָרהונדערט, צי וויקלט ער זיך אויך אײַן אין א טאלעס, וי זײַן עלטער-עלטער-זיידע, און צי װויל ער אויך ניט טראכטן פון דער װעלט;: װועמען שטעלט ער פאָר: א פארלוירענעם דאָר, צי א דאָר, װאָס ווייסט זײַן בארוף? אין ערשטן סאַנעט לייענען מיר דעם ענטפער: װער בין איך, ווער?--א דורשטנדיקער דיכטער, װאָס נעמט אף זיך אזא מין שװערן אָל. איך וויל, אין וועלדער טונקעלע, געדיכטע ארױסרײַסן די שטילקײַט זאָל מײַן קאָל. פונוואנען קום איך אין דעם קאנט צו גיין?-- פון פּראָסטן פאָלק, מײַן ברודער--- דער האמוין און אין לעצטן סאָנעט: ..ס'האָט די צײַט באפוילן, מײַן ליד זאָל אָנצינדן די שײַן פון טעג.
דאָס פארגלײַכן און אנטקעגנשטעלן די צוויי פּאָעטישע װערק אין די ביידע צײַטשריפטן גיט א מעגלעכקײַט צו פעסטשטעלן דעם גרינטלעכן אונטערשייד צװישן צוויי ליטעראטורן אין דער ייִדישער ליטעראטור. ,די גאָלדענע קייט" איז א פּעריאָדישע זאמלונג פון מאטע- ריאלן פון דער בירגערלעכער ייִדישער װאָרטישאפונג אין די צײַטן פון א קאטאסטראָפאלער דעוואלוואציע פון די ליטערארישע וערטן. פארקערט, ,סאָװעטיש היימלאנד" שפּיגלט אָפּ דעם געזונטן, הײַנטװעלטיקן, סטאביל-לעבעדיקן שטראָם, וועלכער האָט זיך פארהיט ארום די קוואלן פון דער ייַדישער ליטעראטור,. . אין 78-טן נומער פון ,דער גאָלדענער קייט", וי ביכלאל אין אָט דער צײַטשריפט, זײַנען,
אין טאָך, אלע מאטעריאלן אזעלכע אָפּגעװײַטערטע פונעם רעאלן לעבן, װי יאנקעוו פריד- מאנס ,כאָלעם?-דיכטונג. אן אָפּשפּיגלונג פונעם מאראזם, װאָס האָט ארומגעכאַפּט די בירגער- לעכע ייִדישע פּאָעטן, איז דאָס צווייטע דיכטערישע װערק אין דעם זעלבן 78-טן נומערר-- כאיִם גראדעס פּאָעמע , פון דײַנע האָר אין קופּער-רויט"... -- ווידער די , רויטהאָריקע בעסטיע", און הינטער אירע קוטשמעס --דער װילנלאָזער דיכטער, וועלכער רעדט וועגן זיך װוי וועגן ,אן אָפּגעלעבטן זינג-פויגל, װאָס פלאטערט מיד", און ער האָט צו ווינטשן בלויז, אז , איצט זאָל זיך שוין גאָרניט אין מײַן לעבן ענדערן", אכוץ עפשער, עס זאָל ,די ראָד פון צײַט זיך דרייען אף צוריק".. אגעוו, די פּערזענלעכקײַט פון כאיִם גראדען דעם דיכטער--דעם אמאָליקן ווילנער מוסערניק, וועלכער, לעבנדיק שוין א היפּש ביסל יאָרן אין אמעריקע, גיט אמאָל א װײַטערדיקן ציטער אוף, צו דערמאָנען זיך: ,טראָג איך א בעסוילעם פון בענק- שאפטן"... -- גראדעס פּערזענלעכקײַט לעבט אוף בלויז אינעם געפיל פון נאָסטאלגיע:
אמעריקע! כאָטש איך בין שוין אין דיר א טוישעו,
דאָך לעב איך אלץ נאָך אין מײַן ווילנער טכום האמוישעו,
און דולדן מוז איך אין מײַן הארצן דעם קאטייגער
אנטקעגן אלץ, װאָס איזן מיר פרעמד אין היגן שטייגער.
װי לאנג װעל איך נאָך זוכן איבער דײַנע װײַטן
נאטור-װוּנדער, װאָס זאָלן מיר דעם מענטש פארבײַטן?
11
עפשער װעט די פּראָזע אין דעם 78-טן נומער פון דער ייַסראָעלדיקער ייִדישער צײַט- שריפט ,די גאָלדענע קייט" עפּעס דערציילן אונדז װעגן דער איצטיקער ייִסראָעלדיקער ווירקלעכקײיט? ייצכאָק באשעוויסעס א דערציילונג פירט אונדז ארײַן אין א קלײַזל, װוּ ס'איז אײינמאָל (ניט קלאָר, אין וועלכן יאָרהונדערט) אָפּגעזעסן א גאנצענע נאכט דער אװטאָר (,כ'האָב א ביסל זיך געגריבלט אין קאבאָלע, א ביסל פאנטאזירט וועגן מיידלעך"...) און זיך צוגעהערט, װוי איינער א ייִד--טעװועלע שמירער--האָט דערציילט אנדערע צויי ייִדן-- בענדעטיטאטע און שמועל קלעפּקע --מײַסעסיגעשיכטעס וועגן פּריצים;: צווישן איין מײַסע און דער צווייטער שטעלט זיך אוף טעוועלע שמירער, קעדיי ארויסצוגיין פון דער קלויז אפן װוינטערדיקן פראָסט, אָפּצוטאָן זײַן באדערפעניש (,,איך מוז ארויסגיין... כ'קאָן עס ניט טאָן דאָ"...).
װײַטער גייט אין דעם נומער פון ,דער גאָלדענער קייט" אן ,אקטועלע זאך" וועגן דעם קאָצקער רעבן -- װאָס אזוינס ער האָט גערעדט, און װאָס אזוינס ער האָט געטאָן. געשריבן די זאך האָט אװוראָסייעהוישוע העשל, דער , מעכאבער פון צוויי צענדליק ספאָרים". און דאָ גלײַך---א דערציילונג פון באָרעך האגער. רעב יאנקעלע קומט אין הויף בעטן ,באם אלטן" א שמירע. ,דער אלטער האָט ניט געגעבן קיין שמירעס. מען איז אָפּגעזעסן אין הויף װאָכן און כאדאָשים... ער שיקט אָפּ צו אלע גרויסע צאדיקים פונעם דאָר, װאָס זענען מעסוגל דערוף: אלעסק, סאסאָף, בעלץ... זיי זײַנען באהאוונט אין שיימעס, קענען האשבאָעס אף צו געבן קאמייעס, שמירעס. פאר אים זײַנען זיי פארבאָרגן..."
אין ייַסראָעל גייט ארויס א ייַדישע ליטערארישע צײַטשריפט, וועלכע דרוקט ליטערא- רישע װערק וועגן דער רועך ווייסט װאָס, --ניט וועגן דעם רעאלן לעבן אין ייִסראָעל גופע, אין דער וועלט ביכלאל. דער איניען װוערט נאָך קלאָרער, װוען מיר שטעלן פעסט די ,געאָי גראפיע" פון די אװטאָרן. ייִצכאָק באשעוויס לעבט אין אמעריקע. אװראָסייעהוישוע העשל איז זינט דעם 1940 ביזן טויט געװען א לערער פון קאבאָלע אינעם נייאָרקער ייַדישן טעאָלאָגישן סעמינאר. באָרעך האגער איז אן ארגענטינער. אזא ,געאָגראפיע" זעען מיר בא דער מערהייט אװטאָרן פונעם ייִסראָעליזשורנאל. קיין פּראָזע, קיין דיכטונג, קיין דראמאטור- גיע מיט ייִסראָעל-קאָלאָריט און מיט ייִסראָעל-פּראָבלעמען זײַנען אין דער ,גאָלדענער קייט" ניטאָ. אויבן האָב איך שוין אָפּגעמערקט די דאָזיקע דערשײַנונג אינעם ,גרעסטן צענטער פון דער ייִדישער ליטעראטור": ניטאָ נאָך דאָ קיין אייגענע, אופגעוואקסענע אף דעם דאָרטיקן באָדן שרײַבער.
אין די אויסלאנדס באװײַזט זיך אָפּטער די ייַדישע ליטעראטור אין א יארמלקע און אין װײַסע זאָקן, מיט שיימעס פון א פארגאנגענעם לעבן; זי באװײַזט זיך אונטער פאָנען, וועלכע דאָס פאָלק האָט שוין ארויסגעװאָרפן אפן מיסט.
דער אונטערשייד צװישן דעם, װי מיר און װי זיי קוקן אף דעם אָקעאן פונעם איצטיקן לעבן, װאָס רינגלט ארום די העלדן פון די װוערק אין דער הײַנטיקער ייִדישער ליטעראטור, איז אנערעך דער זעלבער, וי אין איינער א דערציילונג בא פראנץ קאפקאן: דער מענטש קומט ארײַן אין צימער פונעם געריכט און פאלט אין כאלאָשעס, ניט קענענדיק פארטראָגן די שטיקנדיקע לופט; די באאמטע טראָגן אים ארויס אין גאס און פאלן אין כאלאָשעס פון דער פרישער לופט, אין דער זעלבער צײַט, ווען היפּשע שיכטן לייענער און שרײַבער, טאקע דאָרט, אין די זעלבע אויסלאנדס, לעכצן אזוי אן עטעם צו טאָן מיט דער לופט פון פּראָגרעס און פעלקער-פארברידערטקײַט.
ווען עס קומט אָן אין די ייַדישע אויסלאנדס א פרישער נומער ,סאָװעטיש היימלאנד?, פאלן דאָרט די באגרעבער פון דער ייִדישער ליטעראטור אין כאלאָשעס, ניט קענענדיק פארטראָגן די געזונטע לופט.
אזוי ווערט געזען די פּראָבלעמעןפּאנאָראמע ארום דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטע- ראטור בא דער געלעגנהײַט פונעם פופצניאָריקן יויװװל פון דעם זשורנאל ,סאָװעטיש היימלאנד".
טס
געואנג פון דער הײַנטצײַטיקער פאַוועטישער יַדישער דיכטונג
אויסגעוויילטע לידער פאר 15 יאָר ,סאַװעטיש היימלאנד"
מוישע אלטמאן
גליקלעך זאָל אײַער װעג זײַן
פראגמענט פון דער גרעסערער ליך געזאנג אין שטורעם"
ווען איך בין, װי עס דערציילט זיך אין אלטמאָדישע מײַסע-ביכער,
א מעכאשעף, װאָס א מאכט האָט צו באפעלן וויכערס
און האלט די שליסלען, פאָלקס-געטרוימטע, צו די װוּנדערלעכע שפּרוכן, -- װאָלט איך א באפעל געגעבן: היי! איר ווינטן, זאווערוכעס!
זײַן זאָלט איר גנעדיק צו די רויטארמייען,
זיי די וועגן ניט פארווייען!..
בין איך אָבער נאָר א זינגער
און קאָן זינגען שיינע לידער,
און דאָס פערדל גייט אלץ מידער, מידער,
מיט די פיס קוים פּלאָנטעט.
האָט זיך עפּעס-:װאָס דערמאָנט מיר
(האָט ניט, ברידער, קיין פאריבל פאר דעם טראָפּן מיסטיק, איך פאָר אין שניי-סטעפּ, אין א שטורעם, ווען די ערד נאָך לער און װויסט איז). עפשער האָט א זין און האָט א צוועק
װוינען, וי מײַן זיידע דער ליעסניק, אָט דאָ באם וועג,
כאָטש ער פירט ניט קיין ליפּקאן, נאָר קיין סטאלינגראד,
קעדיי מעקײַעם זײַן האכנאָסעס-אָרכים, אין שנייען און אין פרעסט אופצונעמען, װוי עס פּאסט פאר גרויסע געסט,
סײַ א פּראָסטן מענטשן, סײַ פון הויכן גראד,
און בעשאס באלייטן, כאָטש איך שמייכל, זיצט אין אויג א טרער, און כאָטש די ליפּן שװײַגן, זאָגט זיך ניט געהערט:
גליקלעך זאָל אײַער וועג זײַן,
גליק אײַך, גליק אײַך, גליק אײַך!--
מײַנע ברידער, מײַנע פרײַנט,
מײַנע רויטארמייער!
נומ. 8, 1972
ריװע באליאסנע
מזײַן ליר
מײַן ליד איז געלײַטערט אין דײַנע, אוקראיַנע, סטעפּעס, װאָס שפּרײטן זיך װײַט, װי אן ענדלאָזער פארביקער טעפּעך, פון קינדװײַז עס שטילן מײַן דאָרשט דײַנע קוואלן,
פון קינדװײַז איך הער דײַנע הארציקע לידער, װאָס שאלן,
געוואשן דאָס פּאָנעם איך האָב מיט די טויען פון גראָזן,
די אויגן געעפנט באגלײַך מיט באגינען מיט ראָזן.
אין פרישע פרימאָרגנס געפלאנצט און געכאָװעט אף בייטן די װאָגיקע אויבסטן, די זוניקע זאָרגלאָזע קווייטן.
דערפאר עפשער שרעקן מיך ניט די באנאכטיקע שאָטנס אין וועלדער, אין שפּעטיקן הארבסט, ווען עס ווערן די פארבן אלץ קעלטער,
אוֹן זאָלן אין אויגן אין מײַנע נאָך פרילינגדיק גרינען
די ענדלאָזע סטעפּעס פון מײַן אוקראינע.
נומ. 1, 1961
איטשע באַרוכאַָװיטש
14
אלע װעגן פירן צום קאיאָר
איך זע שׂוין, קאָמוניזם, דײַנע סעדער -- פון װײַסן און ביז שווארצן יאם -- צעגרינט, אָט װי א יאם, װאָס גייט אנטקעגן, כ'זע דיך,
אָט וי די ערד,
אף וועלכער כ'לעב אצינד, ס'איז גרינגער פון א שמייכל אפן פּאָנעם צו טראָגן דיך אין בלוט מײַנעם, אין לײַב; איך פיל דיך, װי דעם הארץ-קלאפּ אונטער דלאָניע, ווען בלוט פון הארץ זיך ביז דער האנט דערקלײַבט.
איך שפּאן מיט דיר דורך הייסן זאמד פון וויסטע -- און וועלדער, וי די פליגל, וואקסן אָן; אף שארף פון אײַזבערג טרעף איך דיך... אָט ביסטו -- אומענדלעך, וי דער זוים פון האָריזאָנט! שוין ניט צום גײַסט דעם וואנדערער געגליכן, אף אײראָפּײיער קרייצוועגן פארפאָלגט, -- אף גאָר דער וועלט דײַן לעבעדיקער ייַכעס באשײַנט דעם גרויסן גוירל פון מײַן פאָלק.
1*
איז מעג די צײַט ארום דער זון-ראָד יאָגן,
איך ווייס;
דער ערשטער זילבער פון מײַן דאָר --- ער װעט ארײַן אין קלאָרקײַט פון דײַן טאָגן, װײַל אלע וועגן פירן צום קאיאָר,
נומ. 2, 1961
יאָסל בוכבינדער
אף װאָגשאָלן פון יוישער
איך האָב א הארץ, װאָס קרענקט און זאָרגט פאר יענעם, דאָס זעלבע הארץ פאר זיך אליין אויך זאָרגט,
ווען אָפּװעגן די ליידן און די זאָרגן זאָל איך קענען
אף װאָגשאָלן פון יוישער, װאָס די וועלט מײַנע פארמאָגט, --- קיין געוויכט װאָלט ניט געקלעקט מיר אָפּצוּװועגן זאָרגן
און ליידן פאר מײַן היימלאנד, פאר מײַן צארטער היים.
ווען דאָס הארץ מײַנס זאָל ניט זאָרגן
פאר רוסלאנדס יעדן מאָרגן, --
אויסגערונען װאָלט עס שטיל פון זיך אליין,
נומז. 6, 1964
כאים בײדער
באלאדע וועגן זין--ראָמאנטיקער
ניט פארגעסן און ניט פארבײַטן -- אָט די צײַט פאר די אויגן שטייט: פונעם שטעטל אין וועג אין װײַטן איר בעניאָכיד א מאמע באגלייט,
פון די אויגן זיך גיסן טרערן,
זי באוויינט אים, זי קערט א וועלט: -- ס'גייען אום דאָרט, זאָגט מען, בערן! און װאָס דארפסטו, און װאָס דיר פעלט?
נאָר דער זון איז פון יענע יאטן,
װאָס זיי דארפן שוין ניט פון לאנג סײַ קיין רו, סײַ קיין טיש קיין זאטן-- אים ראָמאנטיק אהער דערלאנג!
-- דו פארשטייסט מיך, עס ווארט די טײַגע, קאָמסאָמאָלסק ווארט און ביראָבידזשאן! -- נו, איז װאָס! ס'איז דײַן טאטנס דײַגע! װײיניק ארבעט איז דאָ פאראן!
נאָר דעם סייכל פארשטיין וי קאָנען זין און טעכטער פון נײַער צײַט? און געיאָגט האָבן עשעלאָנען
און געשטורעמט די װײַטסטע װײַט!
ס'האָבן אָפּגערושט יענע יאָרן, יענע מאמעס ניטאָ שוין לאנג, ס'זײַנען זיידעס די זין געװאָרן, און עס טוט זיי ביז איצט ניט באנק --
15
ניט דער וועג פונעם שטעטל קליינעם, ניט די צוגווינטן אפן וועג.
כאָטש א דענקמאָל איעדן איינעם שטעל פון ריינעם גינגאָלד אוועק.
און אף ראכוועסן ברייטע ווידער לאָזט זיך הערן א נײַער רוף. נײַע צײַטן און נײַע לידער הייבט דאָס ברויזיקע לעבן אוף.
יענע מײַסעס פון ווילדע בערן האָט די װאָר שוין פון לאנג צעזייט, נאָר א מאמע מיט הייסע טרערן ווידער איר בעניאָכיד באגלייט.
-- װאָס זשע דארפסטו, אז האָבן האָסטו, װאָס דאָס הארץ נאָר פארלאנגען װעט?
עליע בײידער
א
16
דער
ווען פראָסט איז נאָך א פרעסטל געווען, אין יענע טעג,
האָט ער מיט גלאָז פארקעסטלט די בלאָטעס אפן וועג.
ווען שטארק ער איז געװאָרן-- מיט קרומען און מיט גלײַכן
ער האָט די בריקן בלויע געבויט איבער די טײַכן
אָװיד בראַמבערג
איז דיר װײיניק, דו זאָג מיר, מאָסקװע! און װוּהין נאָך דיך טראָגט דער שעד?
לאכט דער זון מיט א שמייכל זיסן
(ווען ער לאכט, איז ער מאָלעיטאם!):
-- ס'טראָגט דער שעד מיך, זײַ, מאמע, וויסן, צו דער בױוּנג, װאָס רופט זיך באם!
אוי, די יונגע, די דרייסטע אקשאָנים -- זיי פארהאלטן עס האָט קיין זין.
יאָגן נאָכאמאָל עשעלאָנען
מיט די זין פון אמאָליקע זין.
װי מע זאָגט -- זייער טאטנס דײַגע, װאָס א וועג האקט מען דורך אין וואלד... דער בײַקאל, די אמורער טײַגע פאר ראָמאנטיקער זיך צעפּראלט.
נומ. 8, 1974
פראָסט
געשפּאנט אף הויכע גאסן האָט דער קאטאָװעס-טרײַבער: אין פּעלצן קריכן מענער, אין פּעלצן קריכן װײַבער, געקומען צו די מיידלעך,
פון קיינעם ניט גענויט, ערשט דאָ געװאָרן איידעלער:; געמאכט די בעקלעך רויט..,
נומ. 9, 1974
יורי גאגארין
אין יענער רעגע האָט די ערד
בלויז אף איין מענטשן װייניקער געווויגן,
בלויז אף איין מענטש --
וי ס'װואָלט א נעס געשען אין העלן טאָג, נישט מער.
און ווען די גאנצע װעלט, פארכידעשט, האָט אין הימל הויך דעם קאָפּ פארהויבן, האָט ער -- אייןיאיינציקער--
געקוקט פון הימל אף דער ערד.
נומ. 1, 1966
1--4607
הירש בלאַשטײן
א דעמב
דער דעמב איז טויזנט יאָר שוין אלט,-- שוין ניט קיין בוים --א גאנצער וואלד! אין זײַנע שימשן-קודלעס האָט
צעבויט זיך ברייט א פייגלישטאָט
און לעבט זיך דאָ מיט קליין און גרויס, און פּיקט זיך איר פּארנאָסע אויס
פון יעדן רוקןיפאלד באם ריז
און דאנקט פאר שפּײַז אים און באגריסט מיט טויזנטסטרוניקן געזאנג
באגינען און באם זון-פארגאנג.
ס'איז טויזנט יאָר שוין אלט דער דעמב,
נאָר זײַן זיקאָרן װערט נישט טעמפּן
און אין א הייס-צעגליטן טאָג
א מידן גייער רופט ער, לאָקט
און זאָגט אף גרינער בלעטער-שפּראך;
-- ס'איז ווייך מײַן מאָך און קיל-- מײַן דאך.
איציק בראָנפמאן
רו אָפּ זיך, פרײַנט, און שטיל מיט מיר װועסט אין , אמאָל" טאָן א שפּאציר; געווען אמאָל... א דעמב געדענקט!
א מענטש האָט מײַסעס ליב און בענקט..
דער דעמב איז טויזנט יאָר שוין אלט,
נאָר ס'ברייטע הארץ זײַנס װוערט ניט קאלט!
און יעדעס יאָר, ווען ס'קומט דער מײַ,
ער שפּילט א ליבע פונדאָסנלי.
און סיענטפערט אים מיט ליבע אָפּ
די יונגע זון און קושט זײַן קאָפּ
מיט לײַדנשאפטלעך-טרײַער ליפּ---
זי האָט דעם אלטן גיבער ליב...
זי זעט: אים שוינען בליץ און צײַט--
און גלייבט אין זײַן אומשטערבלעכקליט.
נומ. 6, 1971
מיר רײַטן אינצווייען
עס לעשט זיך די שקיע אפן בארגשפּיץ כינגאנער, אין נאכטיקן טונקל זיך וויקלען די װײַטן, אינצווייען באנאנד, אף די פערדלעך בולאנע,
פון פעלד צו דעם ייִשעוו פּאמעלעך מיר רײַטן,
פון רעכטס, וי א וואנט, שטייען גאָלדענע ברויטן. פון לינקס -- די באשטאנעס מיט קאווענעס, דיניעס, און דאָרט -- פּאָמידאָרן, מיט בעקעלעך רויטע,
זי דרעמלען שוין אײַן אף די שטענגעלעך דינע.
מײַן פרײַנט, דער קאָלװירטניק וואסיליע פּעדאָטאָוו, זיך הוידעט אין זאָטל און רעדט מיט אנציקונג: --א טײַערער קאנט דאָ, ס'האָט אלצדינג געראָטן, פאראן איז מיט װאָס זיך דאָס הארץ צו דערקוויקן,
ס'דערמאָנט מיר דער אָװנט מײַן װײַטע אוקראינע--- פון דאָרט כ'בין אהערצו געקומען צו פאָרן,
פארליבט זיך אין סטעפּ בײַאמורער דעם גרינעם,
אין טײַגע, אין לאָנקעס, אין ראכוועסן קלאָרע,
17
זינט דאן איז שוין באלד א יאָרצענדליק פאָריבער, פארפונדעוועט זיך, וי א בוים אײַנגעוואקסן,
די װאָרצלען צעשפּרײט, און די קינדערלעך ליבע -- מיט ברוינע געזיכטער, מיט גװוּרישע אקסלען,
... מיר רײַטן אינצווייען. דער ייִשעװו איז נאָענט, עס פינקלען שוין הונדערטער דאָרפישע פײַערן, און ליב איז דער זומער, דער ווארעמער אָװונט,
און אלץ איז ארום אזוי לײַבלעך און טײַער,
נומ. 2, 1961
אלעקסאנדער בעלאָוסאָװ
װוּ ביסטו?
הינטער די פּלײיצעס--א טאָרבע, אף די ליפּן --א ליד א הילכיקע, װעל איך גיין איבער די ועגן פארװאָרפענע --
זוכן טעוויע דעם מילכיקן,
-- ווו ביסטו, טעוויע? -- איך בין װײַט פונדאנען, קיין וועג צו מיר איז ניט פאראנען..
איך לאָז זיך אראָפּ אין א שטילן טאָל,
מאָטיע גאַלבשטײן
18
מײַן ליד קערט זיך אום מיט א װידערקאָל, פרעג איך נאָכאמאָל און נאָכאמאָל:
-- ווו ביסטו, טעוויע?
װוּ זײַנען דײַנע טעכטער,
דײַנע אייניקלעך און אורייניקלעך?
הינטער די פּלײיצעס --א טאָרבע, אף די ליפּן --א ליד א הילכיקע, װעל איך גיין איבער די וועגן פארװאָרפענע --
זוכן טעוויע דעם מילכיקן.
נומז. 9, 1969
פרובנז
א מענטש איז געקומען צום בוים אינעם הארבסט
און זעט: ס'פאלן בלעטער אף דר'ערד,
דאן פרייט זיך דער מענטש און ס'ליכטיקט זײַן הארץ. װאָס וועלקן איז אים ניט באשערט...
נאָר פרילינג דער מענטש קומט צום זעלביקן בוים און זעט: עס װועט זײַן אף אים פרוכט.
דאן איז ער מעקאנע ניט זיך, נאָר דעם בוים
פאר זײַן איײיביקן ווידערגעבורט..,
נומ. 5, 1965
מענדל גאַלדמאן
ווידער פרילינג
אינעם דרויסן גרינט און קוועלט. ווידער פרילינג אף דער וועלט.
ווידער בליִען בלום און גראָז. ווידער גליַען הערצער ראָז.
ווידער שטיפן פייגליטשאטעס -- צ'ריק אהיים, צו פעלדער זאטע.
שטארק געבענקט אין פרעמדע קאנטן נאָך די נעסטן אלט-באקאנטע,
צװיטשערלַ
זיך טראָגט אין רוימען: פון דער פרעמדיװײַט מער ניט טרוימעןן!
אװוראָם גאָנטאר
נזײַן ליר
דו מיינסט, איך ווייס,
ווען ס'הייבט זיך אָן די ליד?
זי קומט דאָך אומדערווארט און מאָנט מעסוקן.
איך כאפּ זיך אוף באנאכט, מיר דאכט -- ס'איז אירע טריט, וי פאר א מאלקע
בין איך גרייט זיך בוקן,
מער ניט לעקן פרעמד געפעס. מער ניט זײַן אף קיצווע-קעסט,
מעג זײַן הייס,
צי קילבלעךיהארב -- דאָ מיר בלײַבן פּראווען הארבסט,
דאָ,
אין טאטע-מאמעס נעסט, ניט קיין פרעמדע,
ניט קיין געסט.
אינעם דרויסן גרינט און קוועלט, ווידער פרילינ
אף דער וועלט.
נומ. 9, 1974
זי ברענגט מיט זיך
די סוידעס פונעם וואלד, דערציילט, פארװאָס
דער װוינט איז ברויגעז,
און די געהיימניס,
װאָס דער יאם באהאלט,
זי ווייסט, די שטיפערקע,
אז פאר א דיכטער טויג עס.
דו מיינסט, איך ווייס, ווען ס'ענדיקט זיך די ליד?
איך גלייב --
זי װעט מיך ניט פארשעמען.
ווען ס'ציִען זיך צונויף
די אױסגעװײַסטע ברעמען
און ס'שליסן זיך די װיִעס מיד, איך ציטער אוף,
און אײַל די פעדער נעמען --
ניין, ניין,
ס'איז ניט פארענדיקט נאָך מײַן ליד.
קיין פליגל האָב איך ניט-- איך דארף זיי ניט צום פליֶען. אָן פליגל, װי דער אָדלער, פלי איך גרינג,
כאיִם גורעװויטש
20
קיין פידעלע פארמאָג איך ניט אף סטרונעס אָנצוציִען--
אָן סטרונעס, אָן א פידעלע איך זינג.
אין בלויער טיף,
אין װאָלקנדיקע הייכן
מיט צוגעמאכטע אויגן
כ'שוועב ארום,
אָט דאָרט,
װוּ ס'קאָן קיין פויגל ניט דערגרייכן און װוּ די אײביקײַט איז שטום,
נאָר אויב אין הארצן
פּלאצן װעט א סטרונע
און פאלש א קלונג טאָן
װועט מײַן ליד,
כ'וועל צו דער ערד
א פאל טאָן מיטן פּאָנעם,
צו יענער ערד,
װאָס האָט פון פאלשקײַט מיך פארהיט.
נומ. 4, 1974
אין מײַן ייִשעװו אף פּאָלעסיע
אין מײַן ייִשעוו אף פּאָלעסיע, אין מײַן ליבער היים, שמעקט די לופט מיט סאָסנע-סמאָלע און מיט פרישן היי.
אין די גערטנדלעך די קווייטן שײַנען פארביק מילד, פון דער שטאל עס טראָגט די מאמע אן עמער פרישן מילך.
מיט אנטאָנאָווקעס און בארן פול דער רײַפער סאָד, וי א פּאראשוטיסט, דער בושל זעצט זיך אף דער ראָד.
װער עס אײַלט צו דעם קולטור-הויז, ער -- צו דער קינאָ, מיט פּעטראָקן, אונדזער שאָכן, שפּילט מײַן טאטע דאָמינאָ,
טרינקט מען עפּל-װײַן פון פעסל -- פּאָשעט אן אנטיק! און מע שיידט זיך, װוי כאוויירים, און מע ווינטשט זיך גליק,
.. שמעקט די לופט מיט סאָסנע-סמאָלע און מיט פרישן היי, אוי, מײַן טײַערע פּאָלעסיע, דו, מײַן ליבע היים!
נומ. 1, 1963
מאַטל גרוביאן
קובינער פרימאָרגנס
ס'איז, מײַן קינד, די קייט צעריסן, און די ערד אין שלאכט זיך רויכערט., ווען קובינער יאטן שיסן,
גיסט מײַן פויסט זיך אָן דאָ אויכעט. היי, שטייט אופעט, זין און טעכטער!-- קעגן מאָרד און וויסטער קנעכטשאפט,
מאַטל גרוּװמאן
גייט ארויס דעם טאָג אנטקעגן צינדט די פאקעלן העלער נאָך!
ס'וועט פידעל זיך ניט צעברעכן,
װײַל דאָס פאָלק איז איצט א שוץ אים, קיינער װויל ניט זײַן קיין קנעכט מער, אלע -- פאר דער רעװאָליוציע!
נומ. 1, 1961
לענינגראר
ניט דערפאר נאָר, מײַן שטאָט, כ'האָב דיך האָלט,
װײַל אהער פון מײַן שטעטלשן ווינקל
האָבן טרוימען געבראכט מיך אמאָל --
פון װײַטער פּאָדאָליע א ייִנגל,
געפירט אינעם פרלען פארטאָג
צו דער בלויער נעווא. בא די ברעגן אין געװועט האָבן כוואליעס געיאָגט, וי א כאָשעוון פרײינט
מיך באגעגנט,
וולאדימיר דאנקאָ
ווארעמע
װוּהין זאָל מען פאָרן, װוּהין זאָל מען גיין די קינדערשע יאָרן באגעגענען..
און עפשער ארויסגיין און גלאט אזוי שטיין אונטער די ווארעמע רעגנס;
דײַנע בריקן מיט בראָנזענע פערד און מוזיק אף די קיראָװער אינדזלען, ס'דוכט: די זון איז אראָפּ אף דער ערד
און אף נעווסקער פּראָספּעקט זי געפינט זיך...
באזונדערס מײַן שטאָט מיר געפעלט, װײַל פונדאנען האָט לענין באוויזן דער גאנצער פארפּײַניקטער וועלט א וועג צו דעם גליק --
קאָמוניזם! נומ. 1, 1961
רעגנם
און עפשער א לאָז טאָן זיך
גלײַך אינעם סקווער
און דאָרט אין די גראָזן א פאל טאָן; און עפשער די שטילע,
די גאָלדענע טרער
באהאלטן...
נומ. 5, 1962
21
שיקע =בלז
א צויק
ניי מיר אוף א גריגע עלטער..
טײַערער שנײַדער,
וי געפעלט דיר?--
אָט האָב איך געבראכט דיר א זעקל מיט בלעטער,
ניי זשע מיר אוף
א גרינע עלטער.
װועלן מיינען די פייגל --
א בוים אויסגעוואקסן,
הובערמאן
און אויסבויען נעסטן
בא מיר אף די אקסל. זײַן װעט א סטעזשקע צו מיר אױסגעטראָטן און הענגען א וויגל
עס װעט אין מײַן שאָטן,
נומ. 6, 1965
ליבשאפנז
מײַן צוטרוי, מיין צארטקײַט איז גאָרניט צו שאצן, די נאכט שלאָף איך איבער מיט אָפענע פענצטער. מײַן בעט ווערט פארשאָטן מיט צוויט פון אקאציע, און ס'דוכט זיך מיר אויס, אז מײַן שטאָט איז די שענסטע, איך הער, וי עס רעוועט אין יאם דער מאיאק. קאָן זײַן, מײַנע פרײַנט ערגעץ בלאָנדזשען אף שיפן; איך הער, װוי מע קושט זיך באם טויער געשמאק, איך הער, װי די נאכט איצט פארגייט אין די טיפן,
ליפּע העלער
22
איך הער -- באם װאָקזאל קומט א צוג איצטער אָן, באגעגנט דאָרט מענטשן מיט קינדער, מיט בלומען, און באלד װועט א צווייטער אוועק פון פּעראָן און לאָזן צוויי ליידיקע רעלסן מיט אומעט, כ'האָב ליב אָט די שטאָט מיט די ליכטיקע טרעפּ, װוּ עס זינגען די ביימער איעדן פרימאָרגן, װוּ פּושקין דער דיכטער האָט שווער געלעבט, װוּ דאָרע ליובארסקע איז שיין געשטאָרבן,
נומ. 4, 1976
א כאָלעם
דורך די גערטענער און פעלדער, דורך די בלאָטעס און דורך וועלדער גייט א פײַער, גייט א בראנד -- האלט איך פעסט די ביקס אין האנט, ציל זיך אין די סאָנים -- זאָלן
זיי פאר אלץ, פאר אלץ באצאָלן! נאָר איך פיל -- איך בין פארמאטערט, און דאָס הארץ פון שוידער פלאטערט, און די װוּנדן טוען וויי--
אָטיאָט פאל איך שוין אין שֹׁבַיי..
גוט, װאָס אלץ אין דאָס א כאָלעם, װאָס פארגאן איז דאָס פון לאנג, װאָס ארום ניט קוילן פאלן,
װאָס די זון מיט אירע שטראלן האָט באשײַנט די גאנצע ערד.
היט דעם שאָלעם --
און אפילע ניט אין כאָלעם
זען אזוינס זאָל זײַן באשערט!
נומ. 9, 1974
ליובע וואסערמאן
אין סקווער
אין סקווער א מאָלער האָט געמאָלט
דעם טאָג דעם לעצטן פונעם גויסעסדיקן ווינטער. ווער ווייסט, פונוואנעט אָנגעלאָפן מיטאמאָל אהער עס איז א מאכנע קינדער,
מע שטייט, מע שושקעט זיך: -- דאָס מאָלט ער מיך, -- עס זאָגט א ייִנגעלע, װאָס האלט א שילער-רענצל, -- ניט דיך, ניט דיך, דאָס מאָלט ער מיך!-- א מיידעלע אים ענטפערט מיט א טענצל.
די שושקערײַ דער מאָלער האָט דערהערט
און האָט א קער געטאָן זיך ראפּטאָם:
-- קונדייסים, שטייט! איר זײַט דאָך אלע ווערט, מ'זאָל אפן פּענדזל אײַך א כאפּ טאָן!
ס'איז מיטן ווינטערדיקן גויסעס אויס,
אין מאָלערס העפט איז אופגעמישט א נײַער בויגן. אליין דער פרילינג לוסטיק שטראלט ארויס
פון שטיפערישע קינדערישע אויגן...
נומ. 2, 1966
סימכע ווילענסקי
א טראָפּן טוי
איך האָב די זון אראָפּגעשלונגען וי בערן געבונדן די שאָטנס מיט א טראָפּן טוי, און געפירט זיי צום וואלד
וי א פיש דעם שטערן- צוריק. אינעם וואסער-בלוי,
איך האָב פון מאָרגן-טױי האָט דער וואלד זיך צעשריגן, פון א גרעזל די זון געזויגן, די בערן האָבן געלאכט: געלאָשן מיט הימל-בלוי-- --א מענטש יל ניט רוען
: : ין מיי ט די שקלע אין מײַנע אויגן. און שטרלַיט מיט דער נאכט!
אין ביין:האשמאָשעס געװאָרפן אף דער לעװאָנע א שטריק, נומ, 1. 1967
כאָנע װײַנערמאן
פאָרגעפיל
עס שטייט דער וואלד נאָך נאקעט, וי א דאָרן,
עס ליגט דער טײַך געשמידט נאָך, װוי א ריטער, און כאָטש ס'איז מארט, נאָר ס'קאָן נאָך א געוויטער א שאל טאָן בייז אין װוינטערדיקן האָרן,
עס קאָן דער בער נאָך שלאָפן לאנג אין נאָרע, דער פראָסט נאָך קאָן א שפּיל טאָן א צעגליטער, נאָר דו, מײַן הארץ, שוין פילסט אין שטילן ציטער דעם ערשטן שטראל אין ווייען פון געבאָרן,
דו פילסט, וי ס'פּלאצט דאָס אײַז, וי ס'יפאלן שלאקסן, וי אלץ, װאָס קאָן נאָר אופלעבן און וואקסן, באטרערט דײַן שוועל, פארפולט מיט זון דײַן פענצטער,
וי הערלעך איז דאָס פאָרגעפיל אין הארצן, ווען ס'קאָן א מענטש אין קלעם פון שאָטנס שווארצע פאָרויסזען דאָס ליכטיקע און שענסטע,
נומ. 5, 1962
ארן װוערגעליס
244
ערעוו א פאָלקס-ציילונג
יאָרטױזנטער פארציען שוין מיט גרױיקײַט מײַנע הויטן,
דאָרט, װוּ איך ליג, איז ערד און לײַב ניט אָפּצוטײלן,
און װײַל איך לעב אין לעבעדיקע און אין טויטע,
איז אומעגלעך מיך איבערציילן,
כ'ליג, װי א קינד, װאָס האָט זיך אויסגעבונדן פון די װיקעלעך; אין בויבעריק אן אייווער, אין בוכענוואלד אן אייווער,
דער קאָפּ ליגט אין װאָלין,
די פיס -- אזש אָנגעשפּארט קיין פּראָג און קיין בערלין,
דאָס הארץ -- אין וויגעלע,
דאָס געביין --- אין קייווער.
איך בעט אײַך רעכענען צװישן די לעבעדיקע אויך מײַן מאמען, איך בעט אײַך רעכענען צװוישן די לעבעדיקע אויך מײַן שוועסטער, איך בעט אײַך רעכענען צװישן די לעבעדיקע אנא פראנק,
און װײַל איר װועט ניט אויסמעקן אויך מיך --א דאנק.
נומ. 12, 1966.
וו עלװל װוערניק
דאָ איז מײַן ערר
ס'איז יעדער שטיין מיר דאָ באקאנט, פאר אָט דער ערד כ'האָב בלוט פארגאָסן, און נאָענט איז מיר יעדער בוים, געהיילט די װוּנדן אין שפּיטאָל, דאָ איז מײַן ערד, דאָ איז מײַן קאנט, אין שלאכט מײַן ברודער איז דערשאָסן,
דאָ קלאפּט מײַן הארץ, דאָ בליט מײַן טרוים, דאָ. אל מנן; יאם:מײַן:בארג, מפן פאָל, די זון באלײַכט מײַן מי אין פרידן, פארװאָס זשע דארף איך זוכן גליק 2 א א קעב און א אף ניט באקענטע פרעמדע וועגן : א
סײַ ניט איך וויל, סײַ ניט איך דארף, און שפּאנען דורך א כורבן-בריק דער נאכט דער פינצטערער אנטקעגן? נומ. 5, 1974
מאָטל טאלאלאיעװוסקי
אן ענטפער דעם אייניקל
מײַן אייניקל, װאָס גייט אין זעקסטן קלאס, האָט מיך א פרעג געטאָן, אזוי וי אין א שפּאס; -- דו, זיידעניו, װאָס האָסט שוין אָפּגעלעבט א לעבן, פארזוכט דעם עכטן טאם פון גוטס און בייז, אף מײַנע רעטענישן קאָנסט אן ענטפער געבן? װאָלסט אלע מײַנע אופגאבן געלייזט? -- ניין! -- זאָג איך אים. -- ניט אלץ עס איז מיר קלאָר, עס איז דאָס לעבן ניט קיין לערנבוך, ווו אף דער לעצטער זײַט זײַנען פאראנען ענטפערן גענויע... ניט איינפאך -- קאָמפּליצירט איז אונדזער װאָר, די גרעסטע אקאדעמיקער די גראָווע, זיי זוכן נײַע ענטפערס יעדן טאָג, דאָס לעבן איז קיין רעטעניש, קיין שפּיל פון ציפערן פון צוגעטראכטע, פּוסטע; פון זינט עס שטייט די וועלט, די ענטפערס די באװוּסטע -- זיי קאָנען ניט בארײַכערן דאָס וויסן, א גרייטער ענטפער -- ער איז גאָרניט ווערט.., דו זוך אים אָפּ אליין, װועסטו פון פרייד געניסן!
נומ. 5, 1971
29
זיאמע טימענטשיק
צו אן אװעקפאָרער
קענסט אײַנפּאקן די זאָקן און די טעלער און גארדינען, נאָר װועסט מיט זיך ניט מיטנעמען דעם לויטערן באגינען, דעם לויטערן באגינען מיט זיך װעסטו ניט פירן,
דעם לויטערן באגינען -- אים װעסטו פארלירן!
דו נעמסט דאָס זאלצמעסטל, די פלייש-מאשין, דעם זייגער, נאָר װועסט אהין ניט מיטנעמען אונדזער גוטן שטייגער, אונדזער גוטן שטייגער װועסט מיט זיך ניט פירן,
אונדזער גוטן שטייגער --- אים װעסטו פארליר!
דיפּלאָמען קענסטו מיטנעמען, די צוגעגרייטע טעמעס, נאָר וועסט אהין ניט מיטנעמען אונדזער גרויסן עמעס. אונדזער גרויסן עמעס וועסט מיט זיך ניט פירן, אונדזער גרויסן עמעס -- אים װעסטו פארלירן!
די העמדער קענסטו אײַנפּאקן, די קאָלדרעס און די קישנס, נאָר װעסט מיט זיך ניט אײַנפּאקן דעם זויבערן געוויסן. דעם זויבערן געוויסן מיט זיך װעסטו ניט פירן,
דעם זויבערן געוויסן -- אים וװועסטו פארלירן!
אלע דײַנע בעבעכעס אהין וועסטו דערפירן, אלע דײַנע בעבעכעס -- זיך װעסטו פארלירן!
נומ. 5, 1974.
מוישע טײף
26
גוטע בסורעס
איך וויל אײַך אָנזאָגן א בסורע, מײַנע פרלינט:
די יונגע מאלקע פרילינג שטייט שוין הינטער שטאָט
און ווארט, מע זאָל איר עפענען די טויערן.. און דאָרטן װײַט, העט-װײַט, אהינטער פויגל-רוישנדיקן כאיל (אוווּ עס ציִען זיך די דאָרעמדיקע רייען) עס גריסן אונדז אָט יענע..
אָט די קליינינקע... איך מיין די דיכטער, וועלכע בעטן ניט קיין האָנאָראר, --
די סאָלאָװײען!--
װאָס גאָט אליין האָט זיי באפוילן די געליבטע צו דערפרייען און זײַן פאר זיי א מאזלדיקער שירעם.. האָט איר געהערט באגינען, וי זיי זינגען שיריהאשירים?
איך וויל אײַך אָנזאָגן א בסורע, מײַנע פרײַנט: באגינען האָבן אָנגעקלאפּט צו מיר אין שטוב דער מאלקעס אױיסשפּירער -- די שטראלן; -- שטיי אוף! און הײַנט זאָלסטו ניט טרויערן, די האָסט א ליד--
דעם שליסל צו די טויערן. שטיי אוף! די יונגע מאלקע פרילינג ווארט, דו זאָלסט איר אויסזינגען דאָס היײיליקסטע געבאָט פון אלע דײַנע הייליקע געבאָטן; זאָל זײַן פאר ליבע אָפן אלע טויערן פון שטאָט און נאָר דעם טויט זאָל דער ארײַנגאנג בלײַבן שטרענג פארבאָטן!
נומ. 2, 1964
שלוימע טשערניאװוסקי
א לויב-געזאנג
א לויב-געזאנג די אויגן דײַנע, פרוי, זי זײַנען סאמעט-שווארץ און הימלש בלוי,
אָט לעשן זיי זיך, וי א שקייעיפלאם,
אָט טראָגן זיי גאָר לױיטערקײַט א יאם,
די גרעסטע לײַדנשאפט אין מיר זיי שטילן, און שאָענװײַז כ'בין קוקן אף זיי גרייט, מײַן אומרו, וי א װאָלקן, ווערט צעזייט, און קלאָר דער לעבנסוועג און זײַנע צילן..
װײַל גאָטלאָז כ'בין פון אָנהײיב ביזן סאָף,
און ביזן טויט כ'וועל זײַן אזוי, איך האָף,
נאָר אין מײַן זײַן ביסטו א געטלעך-צארטע.
דו שײַנסט פאר מיר אין קלייד פון פּראָסטן שטאָף, דו ביסט דער שענסטער כאָלעם פון מײַן שלאָף, דו ביסט דער אומרו פון מײַן װאָר, געגארטע...
נומ. 5, 1962
פּײסי יאנאָװסקי
אפן צאָפן
באנאכט די טונדרע בלענדיק װײַס. דער פראָסט דעם שניי פארהארטעוועט. דער טײַך--א וועג אף גלאטן אײַז.
א טשוקטש. אכט הינט. א נארטע.
דער ערשטער הונט --- דער , קאפּיטאן?, אף שווארצער פעל --א װײַסער פלעק. דער קאנט ארום איז אים באקאנט, װײַל יעדן טאָג אין וועג.
דעם טאם פון רויך דער ווינט דערטראָגט פון שאכטעס אין א טאָל,
װוּ טאָג און נאכט אין בערג מע גראָבט די ערד, װאָס רײַך מיט גאָלד,
יויסעף איצקאַװ
די נארטע טראָגט זיך גליטשיק-גרינג צום טאָל דורך װײַסע נעכט.
און דער קאיור א ליד מיר זינגט
פון אלץ, װאָס ער באמערקט:
,די טונדרע -- קאלט, די טונדרע -- װײַס, זי ליגט פארשמידט אין אלַז,
יאָג, װינט! טראָג אָפּ מײַן קאָל
צום מיידל, װאָס אין טאָל.."
באנאכט די טונדרע בלענדיק װײַס. א טשוקטש. אכט הינט. א נארטע. אויך דאָ, װוּ אײיביק ליגט דאָס אײַז, די לידער זײַנען צארטע...
נומ. 1, 1961
דער זייגער
עס טוליעט דער מײַסטער צום אוער דעם זייגער און שאָקלט דערבײַ מיטן קאָפּ: ,ער גייט, צי ער שטייט, און אף וויפל, אשטייגער, אין גאנג פון מעסלעס שטייט ער אָפּו
א שטויבעלע איז אין דער טיף דאָרט פארקראָכן -- ווערט לענגער איעדער מינוט.
שיפרע כאַלאַָדענקאַ
וועלמם
ניט פאראן איז קיין גאָט אף דער וועלט, נאָר די וועלט איז דאָך דאָ אף דער וועלט, אָט די וועלט, װאָס זי שטערנט און קוועלט, --
און עס בייגן אליין זיך די קני
פאר איר יעדן פארנאכט און גאנצפרי,
און עס ציען אליין זיך די הענט
צו איר פּראכט, צו איר מאכט, צו איר בלענד.
28
צי עפשער א ציינדעלע איז גאָר צעבראָכן, איז דעמלט אוואדע ניט גוט"
דעם זייגער באטראכט ער געניט, װוי א דאָקטער,
און פּוצט אים די שרײַפעלעך אויס:
-- פּונקט װי א מענטש, דארף א זייגערל, -- זאָגט ער, --
שטענדיק נאָר גיין פאָרויס.
נומ. 9, 1974,
מיינע
אָ, וועמען דאָ זאָגן א דאנק
פאר מײַן גוואלדיקן גאָב, פאר מײַן דראנג,
פאר מײַן פרייד, פאר מײַן לייד, פאר מײַן טרייסט,
װאָס פּראָסט אזוי: ,לעבן" דאָס הייסט.
נומ. 6, 1965
דװוירע כאַראָל
היי און שניי
איבער שליאך, אין טיפן שגיי, כאפּט א קינד א הויפן היי, פירט א פערד א שליטן היי, בלײַבט דעם צווייטן נאָר דער שניי,
ווערט א טומל, א געשלעג, װײיניק היי דאָ אפן וועג.
װײיניק היי -- איז שניי דען קארג? און פון הינטן לויפן קינדער, פליען הויפנס שניי אין קארק-- גרינער היי אין װײַסן װוינטער,
פון דעם פעלד א פּױער פאָרט, פול מיט שנייעלעך זײַן באָרד,
דעם אין אויער, דעם אין נאָז, היי און שניי, שניי און היי, האָבן קינדער זיך געלאָזט
קינדער שרײַען: היי! היי! לויפן, יאָגן האסטיק שטארק מיט די שליטעלעך צום בארג.
אָפּ דער פּױער. ס'פאָרן פורן,
איבער שנייען גרינע שפּורן, נומ. 5, 1962
דאַרע כײַקינעצ
דער אלמאָנע פון קאָנגאָ
דערהערט האָב איך הײַנט דײַן אלמאָניש געוויין, דײַן טרער האָט מײַן לײַב מיר געבריט ביזן ביין, פּאָלין מײַנע, שוועסטער מײין װײַטע!
געווען בין איך דאן אין מײיַן קיעווער הויז,
ווען דו ביסט אף גאסן געגאנגען אנטבלויזט.-- אײַער מינהעג פון אוראלטע צײַטן,
שיווע בא אונדז פלעגן זיצן אלמאָנעס
אין אלקער אין ענגן, אין פינצטערן טאָנעס, געבויגן, מיט באָרװעסע פיס.
דעם ווייטעק זיי פלעגן אין שטיבל פארשליסן, ס'זאָל קיינער ניט הערן, ס'זאָל קיינער ניט וויסן, וי ביטער זיי איז און וי וויסט...
און דו האָסט דײַן פּײַן און דײַן צאר ניט פארבאָרגן, דײַן ווייטעק געזען האָט אין יענעם פרימאָרגן יעדער פּאָשעטער מענטש אף דער ערד,
אף שטיינער צעגליטע, וווּ דוד ביסט געטראָטן, געגאנגען עס זײַנען מיט צאָרן באלאָדן,
די מענטשן, װאָס זײַנען גערעכט.
אין צאָפן געשפּאנט האָבן פרויען אין אונטעס,
אין ווארעמע קאנטן -- אין קליידער אין בונטע, -- דײַן ווייטעק זיי האָבן געשפּירט.
צוזאמען מיט אלעמען איך בין געגאנגען,
מײַן ליבע צו דיר האָט געשאפן געזאנגען,
איז זינג איך זיי, זינג איך זיי דיר!
29
מענדל לי
30
איך וויל, דו זאָלסט װיסן: אין קיִעוו אין מײַנעם, אין גאָלדענעם קאנט, וועלכער רופט זיך אוקראינע, איז לומומבעס א גאס שוין פאראן.
עס שטייען דאָרט מויערן הויכע און העלע,
ניט װײַט פון דער גאס שפּילן דניעפּרישע װעלן און זינגען דײַן מוט א געזאנג,
און טאָפּאָלן וואקסן דאָרט זילבערנע, הויכע,
עס דאכט, אז די קרוינען צום הימל דערגרייכן --
זי באָדן זיך שטענדיק אין בלוי.
איך גלייב, אז א שטאָט, װאָס װעט טראָגן זײַן נאָמען, װעט זען, וי אין קאָנגאָ די וואסערן שטראָמען, -- איך גלייב, אז ס'וועט זײַן נאָך אזוי!
נומ. 1, 1961
פשיץ
היים
װײַסרוסלאנד, ביסט מײַנע ליידן און פריידן. אפילע דײַנע בערגלעך ריידן,
אפילע דײַנע באָרןיווינקלען
און דײַנע טיפע זומפּן --- זינגען.
איך קען ניט גלײַכגילטיק דערמאָנען ניט דײַנע ווערבעס, ניט די קליאָנען, ניט דײַנע עפּל אף די צװײַגן,
ניט די קורגאנעס, וועלכע שװײַגן,
וי ס'רעדט דײַן װינט, איז מיר פארשטענדלעך, מײַן ראכוועס אין דיר איז אומענדלעך,
איך פארשטיי יעדעס װאָרט אין דײַן בושעלס לאָשן, דײַן טאָג אין מיר ווערט פארנאכט פארלאָשן.
פון ערשטן וועלט-יגעשריי דאָס זון"גליק,
פון לעצטן אויסגעשריי דער אומגליק.
װוּ כ'זאָל ניט זײַן -- אין בערג און אין נידער, -- עס קלינגען אין מיר דײַנע לידער.
דײַן פרײַנטשאפט מיך באגלייט, װײַסרוסלאנד, דײַן שארפזין עס באגלייט מיך פוס-גאנג,
דײַן ליבע מיך באגלייט, דײַן צאָרן,
װוּ כ'זאָל ניט גיין און װוּ כ'זאָל ניט פאָרן.
און כ'קען דערפאר, ביז לייד און פריידן, מיט דיר, מײַן היימלאנד, זיך ניט שיידן.
נומ. 7, 1974
55
כאנע לעוין
יונגע ביימלעך
אין הויכע וואפּנע-שטיוועלעך
די יונגע ביימלעך ציֶען זיך צום רוים, אף די בערעזעס כיינדלען זיך
די ערשטע בלעטלעך גרינע,
דאָס יונגע ביימעלע, עס גוידערט זיך, פּונקט וי אף אן עמעסן געווען עס װאָלט א גוואר א בוים,
אז בעסאכאקל גאָר
דעם שטאם מע קאָן ארומכאפּן
בלויז מיט צוויי פינגער.
נאָך זויגלינגען.. א יאָר קוים אלט, ס'איז אלץ פאר זיי א נײַס-- די זון איז נײַ, דער רעגן נלי, צו פייגל ערשט זיך צוגעלאָזן.
באָריס מאַגילנער
אין הויכע וואפּנע-שטיוועלעך זיי שײַנען װײַס,
פון שטורעם ניט געפּרוּוט,
נאָך ניט געפּאָקט, געמאָזלט.
און דאָך, וי װוּנדערלעך
איז דער בעריאָזקעס כיין, וי רײַף!
ניט װײַט--א דעמבל, א געפּאקטער יאט,
עס דאכט: ער אײַלט זיך גאָר ניט וואקסן,
עס רוישט א שטארקער ווינט
און פּרוּווט, צי דאָס בעריאָזקעלע איז שטליף, און ער -- דאָס דעמבל -- טוט קיין ריר זיך ניט; נאָך קליין -- און שוין אן אקשן,
נומ. 6, 1964
באקומט, װאָס איר ווכם
באװוּסט איז פון לאנג,
אז געצוװוּנגען ניט זײַן וװועסטו מילד-- א ליבע מיט גוואלד
האָט נאָך קיינער דערװײַל ניט פארהאלטן, אויב אייניקע האָבן זיך
אָפּנעפרעמדט, פּלוצעם צעבילט,
טאָ זאָלן זיי פּױיזען צוריק
אין דער וועלט פונעם שימל דעם אלטן, זיי ווילן -- מאכטייסע,
ס'איז קיינעם פארבאָטן דער וועג,
זאָלן זיי לויפן
און טרייסלען די אונטערגעהויבענע פּאָלעס.
ס'איז גרינג פונדערװײַטנס
זיך אױיסמאָלן גאָלדענע בערג
און מיינען, אז שוין--
זיך אויסגעלייזט, ענדלעך, פון גאָלעס...
מײַן שאָכן -- ער כאלעשט,
ער רײַסט זיך מיט אימפּעט אהין:
דאָס עמעסע אָרט
איז געוויס פאר אים דאָרט, מיין איך טאקע, נאָר אנדערע לויפן--
כאָלילע, אראָפּ פון דעם זין?
װײַזט אויס, ס'איז א קלעפּיקע קרענק --
א ביטערע מאקע.
עס טרעפט:
אויך געוועזענע פרײַנט מײַנע בײַטן די פעל, און ס'איז מיר א כארפּע--
ס'טוט וויי. נאָר איך ער ניט ניספּאָעל, פארביטערט איך קאָן זיי נאָר זאָגן;
אָט איז זי, די שוועל,
נו, כאפּט בא דער פּאָלע
דאָס גליק, װאָס איר רופט עס --ייַסראָעל..
נומ. 9, 1974
1
מישע מאַגילעװיטש
ליים
אומעטום צעבײַלטע, קאלטע ליים,
װאָס אויסגעװינטיקט איז און אויסגעמישט פון רעגנס, ס'איז בארג און טאָל און ערד אליין, --
די פּלאסטן זײַנען יאָרנלאנג געלעגן.
נאָר אויב צעשנײַדן, אופהייבן דעם פּלאסט, ארײַנהויכן אין אים די ליכטיקײַט פון לעבן, אים געבן זון און פּײַער, װי עס פּאסט,
די ווארעמקײַט פון הארץ אים געבן, --
איז ווערן װעט די ליים א מאָנומענט --
ניין, ניט פון געטלעכער -- פון מענטשישער באשאפונג, און קוקן װעלן קינדס-קינדער און גאפן,
וי שטארק עס איז דער קוייך פון מענטשנס הענט.
נומ. 11, 1966
בוזי מילער
32
ביימער ציֶען זיך ארוף
פראגמענט
ס'איז אָנהײיב אווגוסט. כ'בין צוגאסט אין סאָד
באם ברודער אין א אינדערפרי א טריבן.
פון קינדװײַז אָן דערגיין דעם טיפן סאָד
פון ערד און שעפע האָט ער זיך געקליבן.
און אָט, אין רײַפן עלטער שוין אצינד
צום טאָך דערגאן, פארפלאנצט א סאָד א גאנצן, ער פרייט זיך, פּונקט וי דעמלט, ווען א קינד
ער האָט פארטרויט דער ערד זײַן ערשטע פלאנצונג. ער פירט מיך דאָ ארום פון בוים צו בוים,
פון יעדן פלאנץ ער האָט װאָס צו דערציילן.
--- דאָס װײַנשל-בײימעלע דו זעסט? קוים-קוים געקאָנט מ'האָט אף די פינגער איבערציילן
די ערשטע פרוכט. אצינד אָבער דערפאר
אף זײַנע צװײַגן איז פון װײַנשל ענגלעך.
און אָט די פלוימען זעסט? ס'איז א געפאר,
דער בוים פון פרוכט זאָל אײַנפאלן. מיט דרענגלעך איך שפּאר אים אונטער. עפּלבײמער אויך
עס וואקסן עטלעכע דאָ פײַנע סאָרטן. --
און יעדער בוים דאָך פאָדערט צײַט און קוי'ך,
נאָר וועגן דעם מײַן ברודער רעדט קיין װאָרט ניט.
א קלאָרע זאך: אָן מי קומט גאָרניט אוף, ס'איז איבעריק עס צו דערמאָנען װוידער. דער איקער -- ביימער ציִען זיך ארוף,
ווען שווערע צוײַגן ציט עס צו דער נידער.
נומ. 3, 1975 7--2
גאַָלדע מיכעלסאַן
זשיטני באזאר
זשיטני באזאר, זשיטני באזאר,
דאָ פאר דער קעשענע איז א געפאר!
מיינט ניט, מע דארף פאר גאנאָווים אנטלויפן, כאָלילע! עס ווילט זיך דאָ פּאָשעט אלץ קויפן,
יונגע קארטאָפל מיט שוועמלעך---א מײַכל,
נאָר שאטן װועט אויך ניט א הינעריש יײַכל. א פּיירע איז פלוימען, װאָס דארף מען זיך נארן, הײַנט װוּ זײַנען עפּל און װוּ זײַנען בארן?
און אלע דאָ ריידן און אלע דאָ רוישן,
און ס'זײַנען בא יעדן שוין פולע די קוישן.
דאָ זעט מען די שעפע מיט אייגענע אויגן
און באלד איז געמאָסטן און באלד איז געווויגן.
איך ווייס ניט, וי איר, -- איך האָב ליב קוקורוזע, כאָטש טראָגן װועט שווער זײַן, נאָר קויפן זי מוז איך, זשיטני באזאר, זשיטני באזאר,
דאָ פאר דער קעשענע איז א געפאר!
נומ. 5, 1964
יאנקל עלקיס
אספאלט און ווייכע סטעושקע אספאלט... עס יאָגט אף אים די אװטאָסטראדע בליציק-שנעל, די ווייכע סטעזשקע שלעפּט זיך לאנגזאם-פּאראלעל,
אספאלט איז גלאט און גוט... נאָר אויך די סטעזשקע האָב איך ליב, -- מײַן צײַט, פארגיב מיר אָט די זינד, פארגיב,
ס'קאָן זײַן, אז דאָרט, לעם סטעזשקע, לעבט אין שטיבעלע א טרוים, װאָס װועט א נײַע סטעזשקע דורכלייגן אין הימל-רוים,
אספאלט איז גלאט און גוט פאר גומיירעדער און מאָטאָר--- דאָס איז די ברייטע אװטאָסטראדע פון מײַן דאָר,
װאָס האָט אף זיך גענומען יאָגיאון-איבעריאָג און העלפט מײַן היימלאנד קייפלען ווערט און װאָג,
עס קלינגט זײַן ליד שוין אין דער העכסטער הייך, זײַן טראָט איז שטאָליק-הארט און מענטשלעך-ווייך.
דערפאר כ'האָב ליב צו זען, וי סײאָגט די אװטאָסטראדע בליציק-ישנעל, און כ'ליב די ווייכע סטעזשקע, וועלכע שלעפּט זיך פּאראלעל,
נומ. 4, 1962
פּיניע פּלאָטקין
דער צוואנציקסטער יאָרהונדערט
און זאָל דאָס בילד גרויסארטיק זיך באקומען, וי נאָך א מאזלבראָכעדיקן רעגן זומער,
ווען אף די ברייטע פעלדער הויכע זאנגען
דעם הימל פאר א פרישן טראָפּן וואסער דאנקען. זאָל אלעמאָל אונדז מיט האצלאָכע דינען
די אומגעצוימטע שטרעבונג פון געפינען
געזעצן נײַע און אין זי אנטפּלעקן
יויסעף קאַטליאר
פון מי די פרוכט און פון דעם הארץ די רעגונג
און יענע נאָך ניט דורכגעלייגטע וועגן,
װאָס זײַנען שטענדיק אין געראנגל, אין באוועגונג, --
אזא איז ער --דער גרויסער װוּנדער--
דער צוואנציקסטער יאָרהונדערט.
נומ. 9, 1974
איבערוף
מײַן סייכל זאָגט מיר: זינג! און כ'פאָלג אים,
איך זינג דאָס זעלביקע געזאנג, װאָס ס'זינגען פישער אף דער
װאָלגע... אין וואסער, קעגן זון-פארגאנג, פארווארפן זיי די נעץ און קוקן פארליבט, מיט גלױיביקײַט אין בליק,
וי גרינג די שוויםיהעלצלעך זיך טוקן און האלטן אוף די שווערע שטריק.
אװוראָם קאצ עוװ
די ליד פון
דער זומער ברענט, דער זומער גליט
און מאכט מיך ברוין, און מאכט מיך צונטער,
מײַן שווערער קוי'ך צו דר'ערד מיך ציט:
איך בין א האָלצהעקער, :
איך בין אן ערדגרעבער--
אן ארבעטער כ'בין א געזונטער!
דער ווינטער פּרעסט. דער פויגל פאלט.
דער וועג, װי שטאָל. דער שניי קלינגט אונטער,
איך בין אין פעלד, איך בין אין וואלד:
4
מײַן הארץ באפעלט מיר: זינג! און
כ'פאָלג עס. אזוייאָ זינגט, דעם קאָפּ אנטבלויזט, דער מענטש אין פעלד, ווען גרויער װאָלקן זײַן ערשטן דונעריבליץ האקט אויס. ער זעט פאר זיך א שעפע זאנגען, דער מענטש אין פעלד, --עס גרינט און
ס'בליט..,
איך זינג, און אלעמענס געזאנגען זיך רופן איבער אין מײַן ליד!
נומ. 2, 1962
מײַן געמים
איך בין א האָלצהעקער, איך בין אן ערדגרעבער-- אן ארבעטער כ'בין א געזונטער!
דער סוינע גייט, געדיכט װי וואלד,
פּונקט װי א טהאָם, ער רוקט זיך אונטער. כ'בין ניט פון די, װער ס'מאכט א גוואלד: איך בין א האָלצהעקער,
איך בין אן ערדגרעבער --
אן ארבעטער כ'בין א געזונטער!
נומ. 4, 1968
פּיניע קיריטשאנסקי
רײַפקײַט די זון אירע שטראלן צעוויקלט, עס טראָגט זיך א זשומען פון בינען, וי פעדעם פון גאָלדענעם קויש, עס שמעקט שוין מיט האָניק די לופט. אין העמדלעך אין װײַסע די גריקע מיט רו און מיט רײַפקײַט פּאװאָליע איז הײַנט אף די פעלדער ארויס. זיך הוידעט די גריקע אין פעלד, און ס'דוכט זיך מיר אויס, אז דער שאָלעם איר צוויט אף די שטענגעלעך גרינע, -- האָט דאָ אף די פיס זיך געשטעלט. װוי שוים פון די כוואליעס זיך דוכט, נומ. 3, 1961 מאקס ריאנט
ס'צערינט די נאכט, עס הייבט שוין אָן שאריִען, דער ערשטער שטראל אין פענצטער קוקט ארײַן, די נעפּלדיקע בלױקײַט אין דער שאָ דער פריִער באהעלט עס װערט מיט ציטערדיקער שײַן
איך הער די ערשטע טריט שוין בא די שכיינים, און אופגעוועקטע טירן וואכן אוף.
די ראד;אָ זינגט, א שטים א לויטער-ריינע אנטקעגן נײַעם טאָג מיך רופט.
א העזל שפּרינגט אראָפּ פון גליענדיקע שויבן און טאנצט אריבער אף דער וואנט.
ס'קומט אוף א טאָג מיט האָפענונג און גלויבן און ברענגט אונדז פרייד פון פולער האנט.
נומ. 9, 1974
הירש רעלעס
ליאװאָניכע
טאנצט א ליאװאָניכע מערע-מארינקע, נאַכעמס מיזינקע, נאָכעמס מיזינקע.
אין שיכעלעך רויטע שפּרינגט זי און טופּעט, זיך שלענגלען די לענטעס איבער לײַנענער יופּע. אין זײַדענעם העמדל מיקאָלע שפּרינגט אונטער, ער נעמט זי ארום און אָט שווימען זיי מונטער,
ליאװאָניכע -- א װײַסרוסישער פאָלקס-טאנץ.
39
זײַן מוטער אהאטע וויינט אזש אין פריידן, טײַערע קינדערלעך, מיר פאר אײַך ביידן.
רודערט דער זאל אוף פון ווינקל ביז ווינקל: -- בראוואָ, מיקאָלע! בראװואָ, מארינקע!
אין האסטיקן אימפּעט פון אָרט נעמט מיך טראָגן, ברידערלעך מײַנע, נו װאָס זאָל איך זאָגן?
איך בענק נאָך א פריילעכס, איך בענק נאָך א ניגן, װאָס האָט אונדז נאָך קליינע געװעקט אין די וויגן.
נאָר איצט ווילט זיך טאנצן מיט כאָסן און קאלע -- שפּילט א ליאװאָניכע, שפּילט מיר, צימבאלעס!
נומ. 6, 1962
מאָטל שטורמאן
דאָקְטוירים דאָקטוירים פאר אונדז-- איר גלייִקע שײַן פון אלע דאָקטױירים דער דאָקטער דער דריטער -- נאָר דרײַ מיר געפעלן, דער ברויזיקער יאם, ער ווייסט ניט קיין גרענעץ, דער ערשטער - ער ווייסט ניט קיין צאם. יֹ נֹ = נֹ די זױיבער-קרישטאָלענע לופט, קעסיידער ער מונטערט, זי היילט און זי קװיקט קעסיידער ער קוועלט, מיט איר װײַניקן דופט. קיין דאָקטוירים קיין בעסערע
ניטאָ אף דער וועלט,
דער דאָקטער דער צווייטער-- די ליכטיקע זון, נומ. 3, 1966
יאנקעװו שטערנבערג
20
העראָיישע באלאדע
אלע וועגן, װאָס דער מענטש פארשריבן האָט
אף דער ערד און אין דער לופט און אף די יאמען, פלעכטן איבער זיך און לויפן הײַנט צוזאמען
מיטן שטעג, װאָס ציט פון פארק פון מײַטלענד-ראָד:.
ער זשע אָט דעם קלאָרן װוּנדער-שטעג געצייכנט האָט!
נאָך געדענקען דאָ די ביימער אָט דעם פּארקס יענעם דענקער אין זײַן ארבעטיצימער,
מײַטלענדיפּארקיראָד --א ראיאָן אין לאָנדאָן, װוּ קארל מארקס האָט געוווינט.
מיט זײַן וואכן פענצטער ביז פארטאָג אין שימער-- יענעם דענקער, װאָס געהייסן קארל מארקס.
אי פילאָסאָף, אי געלערנטער, אי כאווער --
שטארק אין גײַסט, אומבייגזאם, װי האָמערס א העלד.
וי א זייגער ער צענעמט דעם ביניען ,סכוירע -- געלט"
ער צעגלידערט קאפּיטאל, אנטפּלעקט זײַן סאמהאמאָוועסיזשאווער.
נאָך געדענקט דער פּארק דעם מאוור-ברוינעם: עמיגראנט, אָט אָ-דאָ, אין דעם עטאזש, געווען זײַן האפן,
װווּ--- נאָך נאווענאד, געיאָגט פון לאנד צו לאנד,
זיך פאראנקערט האָט מיט ענגעלסן באנאנד.
דאָ, אין אונטערשטן עטאזש, האָט ער געשאפן.
אויך די װײַטע, נידעריקע ביימער אופגעהויבן האָבן זיך -- ארײַנגעקוקט אין שויב צו אים, און אף זייער סוידעס-שיינער בלעטערישטים פון זײַן ריזזימי דערציילט די שטערן אויבן --
זיך געבוקט, דערציילט, געשושקעט ביימעריש-אינטים,
וי דער מאן מיט קאָפּ און גריווע פון א לייב, קעמפער, ביכער-נאָזיר און פון גײַסט דער ריטער, װאָס די נעכט דאָ שטורעמט ביז אשמוירע דריטער, אלעמאָל זיך פון זײַן שרײַבטיש טוט א הייב,
פון די אויסיעס לוט זײַן געשטאלט און בילד-- שנעל געקריצטע יעראָגליפן, הייס-פארצייכנט,
און הייבט אָן צו שפּאנען -- זײַן געדאנק דערגרייכן, וי דער יעגער, װאָס זײַן יאגד פון װײַט דערפילט,
װוי דער יעגער אומדערמידלעך, טאָמיד אָנגעצילט!
וויפל ער אזוי האָט פון זײַן טיר
ביז צום פענצטער קילאָמעטרען אױסגעטראָטן,
און געלאָזט דאָ, אף די ווענט, זײַן הייסן שאָטן,
און אף טעפּעך -- מיט דעם שפּור פון זײַן שפּאציר --
ענדלעך צו דעם לאָנקעישטעג, װאָס בוילעט פירט... יאָ, ס'געדענקען נאָך די מײַטלענד-פּארקיראָדיבײמער, וי דער װוּנדער-ישטעג דער אָפענער, געהיימער
אין א טאָג אויך זייערע קרוינען האָט בארירט
און װי איבער זיי א פלי געטאָן -- עס האָט זיך זיי געדאכט.
אים באמערקן לאָנדאָנס ארבעטער-קווארטאלן, אָנגעפּיקעװעט מיט מענטשן פונעם קעלער ביזן דאך
און מיט נויטיגעשפּענסטערס, װאָס זיי שלאָפן אין קאנאלן, און מיט נײַן יאָר אלט פאבריקן-קינדערלעך א סאך.
אים דערבליקט מאנטשעסטער, לידן און בירמינהאם -- ענגלאנדס שטעט אין שװערסטן יאָך פון שטאָלימאשינען,
װאָס צו זיי פון דאָרף מע טרײַבט די ארבעטס-בינען..
בלויז דער קאלטער, שטאָלצער הערשער פונעם לאנד און יאם:
פאבריקאנט און לאָרד -- זיך מאכט ניט זעענדיק דעם שטעג פון פלאם..
: מאוור -- אזוי האָבן די אייגענע און פרײַנט גערופן קארל מארקסן.
אָבער ביז זײַן נײַן מאָס רייד-פּאלאטע האָט זיך אויסגעגענעצט, הערנדיק די טייקעף וויאנענדיקע דראָשעס לאנג,
האָט דער שטעג אין רוים זיך פאָרגעזעצט זײַן גאנג,
אָן א פּאס אריבער אויך די גרויסבריטאניע-גרענעץ.
און אוועק, אוועק דורך צײַטן אינעם רויך פון קריג, איבער לענדער כאָרעווע אין פײַער פון מילכאָמע,
און פון שלאכטן גרויזאם-בלוטיקע צוליב נעקאָמע
אינעם אייג'נעם ארבעטס-פאָלק, מיט גוואלד דערשטיקט...
ווער זשע װײַטער האָט דעם שטעג געפלאסטערט, וי א בריק!
ס'רוישן, ענטפערן דעם אלטן קרעמלס יונגע טענען:
-- ער! דער מאן ציווילער אף סאָלדאטסקן בראָנעוויק,
און אין סמאָלני... ער, דער מאָנער, לערער, באָלשעװיק, װאָס אין מענטשס זיקאָרן זיך פארקריצט מיט נאָמען: לענין!
אין אײיראָפּע, אזיע און אפריקע שווארצהויטיקער. אומעטום די ארבעטער דעם אלטן סיידער שטייניקן. אומעטום די פעלקער זיך צום פרײַהײַטסיקאמף פארייניקן. אין אײיראָפּע, אפריקע און אזיע דער געל-ברויניקער,
אלע וועגן, װאָס דער מענטש פארשריבן האָט
אף דער ערד און אין דער לופט און אף די יאמען,
פלעכטן איבער זיך און לויפן הײַנט צוזאמען
מיטן שטעג פון סמאָלני-- שטעג פון פארק פון מײַטלענד-ראָד.
נומ. 2, 1961
|( :
נײַע דערצײילונגען
העשל ראבינקאַװ
מייַנע װועלדער
אָך דער גרויסער וואלד-סרייפע בישכיינעס מיט אונדז, אין וויאזעמקע, קום איך וידער אהיים שפּעט אין אָװנט. סטערע בורטשעט אומצופרידן;
-- אף װאָס גייען בא דיר אוועק די טעג מיט די יאָרן?
אף װאָס גײיען טאקע אװועק די טעג מיט די יאָרן בא אונדזערן א ברודער א לעסניק, א וואלד-אופזעער!.. אפן ,אָבכאָד", אף ארומשפּאנען טאָג און נאכט, װי מע זינגט אין דער ליד, ,זומער אין די היצן, װוינטער אין די זאווערוכעס", איבער דײַן וואלד-ווירטשאפט. און א וואלד-כיילעק, דארף איך אײַך זאָגן, איז בא מיר גאָר ניט אזא גרויסער, לוט אונדזערע װײַטמיזרעכדיקע מאָסן -- סאכאקל זעקס הונדערט הא, נאָר אדעראבע, פּרוּװוט א ניטיגע- וווינטער אױסשפּרײַזן פארן טאָג אזא שטרעקע!
די ערשטע צײַט פלעג איך טאקע בלײַבן אָן פיס, דערקלײַבן זיך אהיים שפּעט באנאכט מיט אן ארויסגעשטעקטער צונג. נאָר װי איר זעט... טאָג-אײַן און טאָג-אוס מאך איך דורך, גאָט צו דאנקען, אזא מעהאלעך שוין באלד קימאט א פערטל יאָרהונדערט!
נאָר ניט שוין װעט טאקע אויסקומען ארויספאָרן פונדאנען?
די לעצטע צײַט האָט סטערע גענומען ריידן:
-- מענטשן לעבן אין שטאָט. מיט די קינדער..
קומענדיק פון כאבאראָווסק, װוּהין זי פאָרט מיט אירע באריכטן אין ,כאבאראָווסקליעס", זיצט זי דערנאָך עטלעכע טעג אין קאָנטאָר איבער אירע בוכהאלטערישע ביכער אן אָנגע- דרודלטע. ס'איז נימעס געװאָרן, טײַנעט זי, דער העק מיט דער טײַגע. די קינדער האלטן אויך מיט דער מאמען, אז ס'איז שוין טאקע צײַט פאר אונדז ארױיסקלײַבן זיך אין שטאָט. די טאָכטער --א טעכנאָלאָג אף א ניי-פאבריק, דער זון --א מעכאניקער אפן זאװאָד ,ענער- גאָמאש", דער איידעם --א קאָרעספּאָנדענט פון א צײַטונג קומען אמאָל אראָפּ אף א שאבעס און זונטיק. די טאָכטער -- זיך פּאַשעט זען מיט אונדז, די מאנצבלען--אונטערשיסן אויך אן אױיערהאָן אָדער א העזל, קעדיי בארימען זיך פאר גוטעפרײַנט מיט זייער יעגערישע רעקאָרדן... אף דעם געביט קומען בא מיר מיט זיי אוף סיכסוכים:
-- מיר זײַנען דאָך ניט קיין בראקאָניערן, -- טײַנען זיי. -- מיר האָבן ליצענזיעס!
יאָ, ליצענזיעס האָבן זיי. אָבער צו גרינג און צו װאָלװל גיט מען זיי בא אונדז ארויס. ווערט טאקע אין וואלד אלץ װייניקער אין וועמען צו שיסן...
זונטיק אין אָװנט פארן אָפּפּאָרן הער איך פון די קינדער דאָס זעלבע לידל:
-- צײַט, טאטע, ארױיסקלײַבן זיך אין שטאָט...
39
מע רעדט מיר אפילע א שידעך: װערן דאָרט א פארוואלטער מיט א גרויסן געהילץ- סקלאד. ,אלציינס וואלד", -- זאָגן זיי. גיי דערקלער, אז טויטע קלעצער און ברעטער זײַנען פאר מיר ניט קיין לעבעדיקער גרינער וואלד, מיט וועלכן כ'האָב צו טאָן דאָס גאנצע לעבן.
דאָס גאנצע לעבן!
אף דער גרענעץ פון רוסלאנד און אוקראינע שטייט א היפּש דאָרף הוטע, ארומגערינגלט מיט די בארימטע אין יענע קאנטן סאָסנע-וועלדער. אין יענעם דאָרף האָבן געװווינט עטלעכע דוירעס ייַדישע ייַשוּװוניקעס -- קאָוואליאָווס. געווען זײַנען צװוישן זיי סמאָלאָקורן, בראנפן- טרײַבער, וועלכע פלעגן זיך אף ווינטער צעפאָרן איבער די ארומיקע פּריצישע גוראלניעס, אָבער דעריקער --וואלד-ימענטשן. נאָך ייַנגלװײַז זײַנען זיי שוין פארהאװועט ארומגעלאָפן איבער די געהילץ-סקלאדן, װאָס האָבן געהערט צום רײַכן ייִַדן באס. פון די שטיװל-כאָליע- װעס האָט בא זיי כוואטסקע ארויסגעקוקט א שפּיץ פון א צונויפגעלייגטן ארשין.
איך בין פון יענער מישפּאָכע, און װי אלע כעװורעלײַט פון מײַן עלטער דעמלט בא אונדז אין דאָרף, האָב איך זיך ניט פאָרגעשטעלט, אז מע קאָן לעבן אָן אָט אָידעם וואלד, וועמעס סוידעסדיקע געדיכטעניש איך בין געװוינט געווען צו זען אנטקעגן אונדזער הויף, וי מע זאָגט, פונעם טאָג פון געבאָרן הערן, װי עס שעפּטשען זיך די בלעטער אף די צװײַגן. ווינטער פלעגן מיר מיטן זיידן, װי אלע פּוערים, פאָרן אף א ברייטן שליטן נאָך האָלץ, זומער אופ- שטיין באגינען, אוועק מיט די ייַנגלעך און מיידעלעך אין וואלד און ברענגען פולע עמערס מיט פריילעכע געלינקע פיקסעלעך און רױטקעפּלעך, מיט דער בארימטער הוטער ,טשער- ניקע"-- שווארץ-יאגעדעס, װאָס דערמאָנען שטארק אונדזער װײַטמיזרעכדיקע גאָלוביצע, נאָר א סאך געשמאקער, זיסער. איך האָב ליב געהאט דעם וואלד, אָבער פארבינדן זיך מיט אים אפן גאנצן לעבן האָב איך אין זינען ניט געהאט. א וואלד-אופזעער, האָב איך דעמלט געהאלטן, איז אן ארבעט פאר א באיאָרטן מענטשן, װאָס האָט ניט קיין פאך און אויך קיין פײייַקײַטן צו עפּעס בעסערס, אשטייגער, וי אונדזער מארקעל,--געווען בא אונדז אזא וועכטער פונעם קאָלװירטישן סאָד. מיך האָט דעמלט געצויגן גאָר צו אײַזן, צו מאשינעס. איך האָב געטרוימט זיך ארױיסרײַסן פון דאָרף און אָנקומען ארבעטן אף א זאװאָד ערגעץ אין א גרויסער שטאָט. מיר איז דעמלט געווען זעכצן יאָר.
איך האָב אָבער דאָס ניט באוויזן צו טאָן --ס'האָט זיך אָנגעהױיבן די מילכאָמע. סאָף איין-אוןיפערציקסטן זײַנען די דײַטשן דערגאנגען ביז אונדזערע ערטער. הינטער דער נאָענ- טער אײַזנבאןיסטאנציע זיאָרנאָװאָ האָבן זיי אָפּגעצױמט א שטיק פעלד מיט שטעכיקן דראָט און צונויפגעטריבן אהין די לעבנגעבליבענע נאָך ארבעטספיייקע ייִדן פון די ארומיקע שטעט- לעך און ייִשוּווים,
פון אונדזער מישפּאָכע איז נאָר מיר איינעם געלונגען זיך ארױיסרײַסן פונעם דאָרף, ווען די דײַטשן זײַנען ארײַן. דורך גערטענער, דורך הויפן האָב איך מיט נאָך עטלעכע פּויערים פון הוטע זיך דורכגעשלײַכט אין וואלד, װוּ ס'האָט זיך שוין פאָרמירט איינער פון אונדזערע ערשטע פּארטיזאנישע אָטריאדן אין בריאנשטשינע, און טאקע דאָרט האָב איך געהאט די מעגלעכקײַט אָפּצושאצן, װאָס פאר א זיכערער פרײַנט און באשיצער דער וואלד איז!
גאָר אינגיכן בין איך, ניט געקוקט אף מײַן יונגקײַט, געװאָרן אין אָטריאד א נייטיקער מענטש. איך בין געווען פון די, װאָס האָבן געקענט גרינג אָפּזוכן אין די סאמע פארפּלאָנ- טערטסטע און פארוואקסענע וואלד-טיפענישן דאָס איינציקע נאָענטע געפארלאָזע שטעגעלע, װאָס האָט געפירט אהין, װוּ מע האָט באדארפט, ווען מע פלעגט גיין אף א פארגעבונג -- אין א דאָרף אָדער צו דער ,קוקושקע", מיט וועלכער די דײַטשן האָבן ארויסגעפירט פון די גרויסע וואלד-בירזשעס אָפּגעקליבן נוץ-האָלץ, צוערשט ביז זיאָרנאָװאָ און פון דאָרטן -- צו זיך אין , רײַך".
א סאך מאָל האָבן די דײַטשן מיט דער אָרטיקער פּאָליצײי ,דורכגעקעמט" דעם וואלד מיט הינט און קוילנווארפערס. ס'איז אָבער געווען הוטער וואלד! און זיי האָבן מוירע געהאט צו טיף אװעקלאָזן זיך אין דער געפערלעכער געדיכטעניש, װוּ פון אונטער דער ערד, פון א בוים, פון א באליביקער זײַט האָט מען געקאָנט ארײַנכאפּן א פּארטיזאנישע קויל.
מעגלעך, אז טאקע דעמלט, ווען כ'האָב צום ערשטן מאָל דערזען די טויטע וואלד"פּלײ- נען, פון וועלכע די פאשיסטן האָבן אף קילאָמעטערס אויסגעהאקט ביזן לעצטן ביימל, דעם אומהיימלעכן בעסוילעם, מיט א יאם סטארטשענדיקע טויטע פּניאָקעס---מעגלעך, אז דעמלט איז בא מיר אופגעקומען א טרוים --נאָך דער מילכאָמע (אין דעם, אז כ'וועל בלײַבן לעבן, בין איך מיט אלע מײַנע זעכצן יינגלשע יאָר געװען פעסט אײַנגעגלײבט), װעל איך שין אף שטענדיק פארבלײַבן מיטן ,גרינעם פרײַנט", פלאנצן ביימער און אָפּהיטן זיי, אופשטעלן דאָס, װאָס די סאָנים האָבן פארניכטעט.
40
שפּעטער האָט זיך אונדזער אָטריאד ארײַנגעגאָסן אין קאָװפּאקס ארמיי און דורכגעמאכט מיט איר דעם וועג צו די קארפּאטן. דרײַ מאָל בין איך געווען שווער פארװוּנדעט, און דער סאָף פון דער מילכאָמע האָט מיך געטראָפן אין שפּיטאָל אין אוזשגאָראָד, װאָס אף מײַרעװ- אוקראינע. ,װוּהין פאָרט מען?"--- האָב איך גענומען טראכטן. אין הוטע איז, װי מיר איז שוין געווען באװוּסט, פון אונדזערע קיינער ניט געבליבן --אלע זײַנען זיי געלעגן אין דעם גרויסן קייווער אין פעלד הינטער דעם נאָענטן שטעטל סערעדינע בודע. נאָר גראָד צו יענער צײַט האָט מיך אָפּגעזוכט א בריוו פון מײַן איינציק לעבן געבליבענער עלטערער שװועסטער, אזש פונעם װײַטן מיזרעך. ,קום צו פאָרן, -- האָט זי געשריבן, ---און זאָל שוין דאָס איבער- געבליבענע אייגן ביסל בלוט זײַן צוזאמען".
אפן װײַטן מיזרעך בין איך געקומען מיט סטערען. איר איז דעמלט געווען א יאָר צוויי און צוואנציק, א מיטלװוּקסיקע, א דינינקע, א שווארצכיינעוודיקע, ענלעך אֹף א מאָלדאווא- נערן. זי האָט טאקע געשטאמט פון מאָלדאוויע --- פון בעלץ. אין די מילכאָמע-ײיאָרן איז זי מיט איר מישפּאָכע געווען אין עוואקואציע אין אוזבעקיסטאן, אין א דאָרף ערגעץ אין כאָ- רעזמער געגנט און איז אזוי, װי איך, געפאָרן צו קרויווים אפן װײַטן מיזרעך.
איך געדענק: אין נאָװאָסיבירסק איז צו אונדזער ואגאָן אונטערגעקומען אן עלטערע פרוי -- דעם מיידלס א קרויווע. איך האָב געהערט, וי זי זאָגט:
-- גיב איבער הינדע-לייען מיט אירע קינדער א הארציקן גרוס פון מיר און פון מוישעף
דעם גרוס האָט יענע הינדע-לייע באקומען מיט א היפּשער פארשפּעטיקונג: סטערע איז דאן אראָפּ מיט מיר אין דער שטאָט, װוּהין איך בין געפאָרן.
ארבעט איז דאָרט געווען א סאך. נאָר דירעס... מיר װאָלטן, פארשטייט זיך, ביז װאָס-ווען געקענט זײַן בא מײַן שוועסטער, נאָר איך בין געקומען אהין מיט א באשלוס, וועלכן איך האָב אין מעשעך פון דער גאנצער צײַט ליגן אין די שפּיטאָלן פון אלע זײַטן באטראכט: וואלד און נאָר וואלד!
די שװועסטער האָט אף מיר אױסגעגלאָצט די אויגן, דערהערנדיק, אז איך האָב שוין באוויזן אָפּשטעקן א וויזיט אין ,כאבאראָווסקליעס" און אז כ'גיי פאר אן אופזעער אין איינעם פון די װאָרסקער וואלד-ווירטשאפטן,
-- קיין בעסערע שטעלע האָסטו שוין ניט געקענט אויסקראצן, --- האָט זי געטײַנעט, -- װוי פארקריכן אין דער טײַגע קאָרמענען מאָשקארא! מיינסט אוואדע, אז דאָס איז דיר אונדזער הוטער סאָסניאק? און סטערע װאָס װעט דאָרט טאָן?
-- סטערען נעמט מען פאר א בוכהאלטער אין וואלד-קאָנטאָר,
סטערע, דעם עמעס געזאָגט, האָט קיין איבעריקן כיישעק ניט געהאט אװעקלאָזן זיך פון שטאָט ערגעץ אין דאָרף צי גאָר אין א פארװאָרפענעם טײַגעיהעק, און מיקויעך דעם איז בא מיר מיט איר געווען ניט איין שמועס, נאָר זי איז דעמלט געווען יונג און א ביסל לײַכטזיניק און דערצו שטארק פארגלייבט אין זיך. זי איז געווען זיכער, אז לאנג װעט זי מיך ניט לאָזן זיך האלטן בא אָט דער , מעשוגאס". ס'וועט מיר אויך אינגיכן נימעס װערן א לעבן פון א ביריוק אין וואלד, און מיר װעלן זיך גאָר אינגיכן אומקערן אין שטאָט.
און אָט, שוין באלד א פערטל יאָרהונדערט!
2
דאָ ניט לאנג האָב איך געהאט אן אומגעריכטן גרוס פון מײַנע װײַטע װאלדײאָרן אין הוטע: מע האָט מיך ארויסגערופן אין שטאָט-װאָיענקאָמאט און איבערגעגעבן א מעדאל ,פּאר- טיזאן פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע", וועלכע האָט מיך געזוכט גאנצע דרלי- סיק יאָר. סטערע איז אויך געפאָרן מיט מיר אין שטאָט אף דער כאסענע פון אירער א פּלעמעניצע. דער כאסענע-אָװונט איז פאָרגעקומען אין א רעסטאָראן, און די ערשטע מינוטן האָב איך זיך געפילט א ביסל פרעמדלעך צװישן די געסט. דעם כאָסנס טאטע, א קורצער געפּאקטער פּארשוין, די האָר געשוירן, װי א יאָזשיק", א מענטש פון יענע, װאָס זײַנען געוווינט אָפּצוגעבן באפעלן, האָט לאנגזאם אראָפּגעלאָזט די וװיִעס און צוגעלייגט א האנט צום אויער, װי ער װאָלט שלעכט דערהערט, װאָס מע האָט אים געזאָגט, פאָרשטעלנדיק מיך;
-- װער?! א לעסניטשע!
און דערהערנדיק, אז ניט קיין לעסניטשע, נאָר א לעסניק, א וואלד-אופזעער, מיך נײַגע- ריק אָנגעקוקט מיט איין אויג, און סטערעס שװועסטער, דער קאלעס מוטער, אויך מאָלדאװיש- שווארצכיינעוודיק, האָט צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, קלאָגנדיק זיך:
41
-- אָט וי איר זעט. דאָס גאנצע לעבן אין העק, אין דער טײַגע מיט די בערן און וועלף. מע קאָן אים פון דאָרטן מיט קיין קליעשטשעס ניט ארױיסשלעפּן, און האלט נאָך דאָרט אויך מײַן סטערקען!
איך האָב באמערקט, וי איינער פון די געסט, א הויכער מאנצבל פון א יאָר עטלעכע און פערציק, שוין א ביסל מעװוּסעם, די גאנצע צײַט האָט ער געשריען מיט א פארטויבנדי- קער געמבע: ,גאָרקאָ!", געפאָדערט, דער אָרקעסטער זאָל ,א זעץ טאָן זיבן מיט פערציק", האָט זיך גענומען גאָר ניט פרײַנטלעך קאָסיען אף מיר. װײַזט זיך ארויס, מיט אָט דעם פּארשוין האָבן מיר זיך שוין געהאט געטראָפן. טאקע אין וואלד.
ער האָט גענומען דערציילן די ארומיקע, ויָאזוי זײַן אונטערנעמונג האָט זיך גענייטיקט אין געהילץ און וויָאזוי ער האָט קונציק אָפּגעמאכט אין קאָנטאָר מיט װועמען מע דארף, מע זאָל זיי אויסטיילן א דעליאנקע בא דער אײַזנבאן, פונוואנען ס'איז גרינגער ארויסצופירן דאָס געהילץ.
-- קומט צו לויפן אָט אָידער ייָד, --ער האָט בארויגעזדיק אָנגעשטעלט אף מיר א װײַזיפינגער, -- און צעפּאטערט מיר דעם גאנצן געשעפט.. די ביימער, שרײַט ער, װעט ער ניט לאָזן האקן! אין קאָנטאָר, הייסט עס, ווייסט מען װייניקער פון אים, װאָס מע טאָר און װאָס מע טאָר ניט. פארװאָס טאָר מען זיי ניט האקֵן? נעמט ער מיט מיר אײַנקנעלן, אז ס'זײַנען פאראן פינף קלאסן ביימער. יעדער קלאס -- צוואנציק יאָר. האקן האקט מען געוויינ- לעך ביימער פונעם פינפטן קלאס, דאָס הייסט הונדערטיאָריקע, און די, וועלכע איך האָב זיך געקליבן האקן, נעמען אף זיך ערשט אָן לײַב, האָט ער געשריען.
פונעם צווייטן עק טיש האָט עמעצער אויסגערופן:
-- גערעכט, זאָל איך אזוי לעבן! וואלד, מאָיִסײי באָריסאָװיטש, איז, װי ס'שטייט אין פֹּאַ- סעק, אונדזער נאציאָנאל פארמעגן. אזעלכע זשוקלעך, וי איר, מאָיַסײ באָריסאָװיטש, ווען מע לאָזט אײַך, װאָלט איר גיך געמאכט א שיינעם טאכלעס פון אלץ. לאָמיר אויסטרינקען פאר אונדזער רוסישן וואלד און פאר זײַנע טרײַע היטער!
צװישן די געסט זײַנען געווען אויך פראָנטאָװיקעס. דאָס איז אזא אוילעם, וועגן װאָס זי זאָלן ניט ריידן, מוזן זיי ארוף אף איין טעמע: װוּ און װיאזוי מע האָט מילכאָמע געהאלטן, מיט זייער געניטן אויג האָבן זיי באמערקט אף מײַן לאץ די נײַע אָקאָרשט באקומענע מעדאל ,פארטיזאן פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע", און ס'האָבן זיך א שאָט געטאָן פראגן:
-- א פּארטיזאן? אין װאָסערע ערטער? בא קאַװופּאקן?
נאָר דאָ האָט דער כאסענע-אָרקעסטער דערלאנגט א פריילעכס. סטערע איז גלײַך ארײַן אין ראָד. די אויגן האָבן בא איר גענומען פריילעך-יונג גלאנצן, און אָט האָט זי מיט איר שוועסטער זיך אװעקגעלאָזט א , ציגײַנערל?. איך האָב װוידער פאר זיך דערזען יענץ דין שווארצכיינעוודיק מיידל, מיט וועלכן כ'האָב זיך מיט פינף און צוואנציק יאָר צוריק באקענט אין צוג , מאָסקװע -- כאבאראָווסק",
אף מאָרגן, אָפּגעהוליעט די כאסענע, האָב איך גענומען אײַלן אהיים. ס'איז יול. די װײַבער קלײַבן אין וואלד זשיוויצע, באקן אף שײַטערלעך קאַרטאָפל, און עס איז גענוג איין אומ- פאָרזיכטיקער פונק... נאָך ביז איצט ליגט מיר אין זיקאָרן א פאל, װאָס איז פאָרגעקומען מיט עטלעכע יאָר צוריק: איך קער זיך אום אין אָװנט פונעם ,אָבכאָד" און דערזע אין דעם שכיי- נישן וואלד-באצירק צווישן די ביימער א געדיכטן רויך מיט שטיקער שארלעך-רויט פײַער. אָט-אָט ווארפט ער זיך אריבער איבער דעם אופגעאקערטן שוץ-פּאס צו אונדז. א גליק, װאָס ביזן דאָרף איז געווען ניט װײַט, און איך האָב באוויזן אופהייבן די קאָלװירטניקעס.
שפּעט אין אָװנט האָט זיך דער צוג אָפּגעשטעלט אף אונדזער קליין סטאנציעלע ,זשא- װאָראָנאָק?. פון ביידע זײַטן אײַזנבאן איז הארט צו די רעלסן צוגעטראָטן די טײַגע. די צו- נויפגעגאָסענע ביימער-שפּיצן זײַנען אופגעגאנגען, װי אף טרעפּ, צום באנאכטיקן הימל. ביז דער היים איז געווען ניט מער פון א דרײַיפיר קילאָמעטער. קיין מאשינעס זײַנען אין יענער שפּעטער שאָ אפן וועג ניט געווען. מיר האָבן זיך אװעקגעלאָזט צופוס. סטערע האָט געשפּאנט שװײַגנדיק. זי איז נאָך מיסטאמע מיט די געדאנקען געווען דאָרט, אין שטאָט, בא די קינדער. איך האָב אויך געשוויגן. א פולע לעװאָנע האָט אונדז באגלייט א לענגערע צײַט און געמאכט אונדז פריילעכער דעם וועג. נאָר אָט איז זי מיטאמאָל נעלעם געװאָרן הינטער א וואנט רי- זיקע צעדערן און אונדז איבערגעלאָזט אליין אין דער פינצטערניש. דאָס זײַנען אָבער געווען היימישע ערטער. יעדער ווינקעלע באקאנט און אױיסגעטראָטן. זײַנען מיר געגאנגען אין דעם זומערדיקן באנאכטיקן וואלד, װאָס איז פול געוװוען מיט סוידעסדיקע קלאנגען און גערוישן. אָט האָט זיך דערהערט אינדערלופטן א טרוקענער שאָרך איבער אונדזערע קעפּ. א גרויסע
42
פלעדערמויז האָט שיר א גראבל געטאָן מיט די שפּיץ פיסלעך סטערעס קאָפּ. סטערע האָט אױיסגעשפּיגן מיט עקל: זי קאָן ביז איצט ניט אריבערטראָגן אָט די קנאפּ סימפּאטישע, אָבער אומשטערלעכע וואלדיבאשעפעניש...
מיט א קארגן פערטל יאָרהונדערט צוריק זײַנען מיר געקומען אין אָט די װײַטע און פרעמדע ערטער. געוווינט האָבן מיר די ערשטע צײַט אין א ניט-גרויסן יעגערישטיבל. איך בין, דעם עמעס געזאָגט, ניט גאָר זיכער געווען די ערשטע צײַט, אז סטערע ועט זיך דאָ אײַנלעבן. נאָך װי האָט זי זיך דאָ אײַנגעלעבט! ס'איז בא אונדז דעמלט געװוען א גליקלעכע צײַט. מיר זײַנען געווען יונג און פול מיט ענערגיע. דורכשפּאצירן זיך פון אונדזער שטיבל אין דער טײַגע ביז דער סטאנציע זשאװאָראָנאָק איז געװען א שפּילכל. סטערע האָט ליב געהאט, וי זי פלעגט זאָגן, ,באלעווען זיך": אָפּלויפן אין א זײַט און באהאלטן זיך הינטער א ברייטן צעדער און שרײַען פון דאָרטן ,אאו-או!" אָדער גאָר אָפּשטעלן זיך אף לאנג אינ- מיטן וועג קושן זיך, ניט געקוקט אף דעם, װאָס די מאָשקארא און די פּאוטן האָבן מאמעש געריסן שטיקער. שפּעטער, ווען מיר האָבן שוין געװווינט אין דאָרף, איז אונדזער הויז גע- װאָרן א זאמל-אָרט, א מין קלוב פאר דער יונגער כעוורע. מע פלעגט זיך צונויפקומען צו אונדז זינגען לידער, פון וועלכע סטערע איז געווען א גרויסע ליבהאָבערן. עמעצער האָט איר אויסגעמײַסטרעװעט א פײַפל --א דודע, און זי פלעגט קונציק אױיסשפּילן אף איר צעצויגענע אומעטיקע לידער, וועלכע זי האָט גערופן , דוינע", אָדער פריילעכע געדריידלטע טענץ. זי האָט זיך דאָ געפילט גוט. דאָ זײַנען געבאָרן געװאָרן די טאָכטער און דער זון. נאָר זיי זײַנען אונטערגעוואקסן, אװעקגעפאָרן אין שטאָט זיך לערנען און שוין דאָרט פארבליבן. און אלץ אָפּטער רעדט איצט סטערע וועגן ארויספאָרן אין שטאָט, זײַן נעענטער צו זיי..
מיר גייען פארבײַ א ברייטשטאמיקן מעכטיקן צעדער. די ארומיקע ביימער, אויך גאָנִץ היפּשע, נאָר ניט אזעלכע גרויסארטיקע, שטייען פון אים אף א געויסן אָפּשטאנד, וי פון גרויס אכטונג. אָ, אלטער באקאנטער! מיט א פערטל יאָרהונדערט איז אָט אָידער בוים געווען באדײַטנדיק דינער און ארומגערינגלט געדיכטער מיט נאָך צעדערלעך, װי א גלײַכער צװישן גלײַכע.
-- סטערקע, -- זאָג איך, -- געדענקסט? אָט דאָ בא אים פלעגן מיר זיך אָפּשטעלן קושן זיך.
אף סטערעס פּאָנעם, װאָס איז באלויכטן מיט לעװאָנע-שײַן, באװײַזט זיך א שמייכל:
-- ניט נאָר בא אים...
מיר גייען און ריידן וועגן דעם, וי מיר האָבן אָפּגעלעבט דאָ די פינף און צוואנציק יאָר, ניין, זי האָט ניט קיין כאראָטע, װאָס זי איז דעמלט אראָפּגעגאנגען מיט מיר פון דעם צוג ,מאָסקװע -- כאבאראָווסק" אין יענער שטאָט. זי האָט ניט קיין כאראָטע, װאָס זי איז געפאָרן מיט מיר אין דער טײַגע קימאט אפן גאנצן לעבן. נאָר די קינדער.. אָבער די אייניקלעך..
י
אף מאָרגן װוידער פון גאנצפרי הייבט זיך אָן מײַן טאָגטעגלעכע ארבעט, מײַנע זאָרגן, װאָס זײַנען בא א וואלד-אופזעער א היפּש ביסל. די טײַגע כאפּט זיך אוף קאיאָר. די שוואכע שײַן הייבט זיך קוים אָן דורכשלאָגן דורך די שלאָפנדיקע צװײַגן. דער ערשטער כאפּט זיך בא מיר אוף דער פּיקהאָלץ. דאָס איז א האָרעפּאשנער פּארשוין, וועלכער ווייסט פעסט, װאָס ער דארף אָפּטאָן פארן טאָג. ער פליט ארויס פון זײַן בוים-הייל, קלײַבט אויס אפן שפּיץ פון א הויכער סאָסנע א שישקע, װאָס איז גרעסער פון זײַן פּיצלדיק גופל, צעהאקט זי מיט גרויס געדולד, דערבײַ לאָזט ער ניט אײַן אף דער ערד קיין איין ניסעלע. אָפּגעגעסן, ווילט זיך א טרונק. פליט ער אראָפּ צו די בוים-װאָרצלען און נעמט זיך מיטן גאנצן קויעך האקן מיטן שנאָבעלע אין איין פּינטל. א דלובע געטאָן א מאָל צען, שטעלט ער זיך אָפּ און בא- טראכט אופמערקזאם די אָפּגעטאָנענע ארבעט. און אָט הייבט אָן רינען א ריטשקעלע דורכ- זיכטיקע וואסער. דער פּיקהאָלץ נעמט מיט האנאָע שטילן זײַן דאָרשט. אים גייט קנאפּ אָן ואָס אונטן איז דאָ פאָרגעקומען א גרויסע טראגעדיע. א לאנגע צײַט איז דאָ בא ודי װאָרצלען געווען א געדיכט באפעלקערטער מוראוועשניק --א גאנצע שטאָט מיט דורכגענגיגאלערייעס און פארפּלאָנטערטע לאבירינטן, און אָט איז עס אלץ פארניכטעט געװאָרן. אָפּגעטאָן האָט עס מיסטאמע א קאבאן, װאָס האָט זיך אהער פארשלעפּט באנאכט. ס'איז א גאָטס ראכמאָנעס צו זען, װי די צעפּאָלאָכעטע פּלייטים עוואקוירן זיך, נעבעך, אין פארשיידענע זײַטן זוכן א נײַע היים. פאר די ארומיקע ביימער איז עס א גרויסער שאָדן: זיי װוערן אָן אזעלכע געטרײַע סאניטארן!
43
איך שפּאן צװישן די ביימער, און אפן זיקאָרן קומען מיר פארשיידענע געשעענישן דאָ אין וואלד. איך דערמאָן זיך, װי איינמאָל -- דאָס איז געווען אין די ערשטע יאָרן פון מײַן זײַן דאָ-- האָט מיך בייסן ,,אָבכאָד" פארכאפּט די נאכט אין א געדיכטעניש פון יונגע יאָדלעס. ס'איז געווען א װוּנדערלעכע נאכט, װי סע גיט זיך אויס זומער אין דער טײַגע און נאָך אפן ברעג פונעם אמור... אלץ ארום איז געװוען באגאָסן מיט העלער לעװאָנע-שײַן. מיטאמאָל דערהער איך א כריפּענדיק אָטעם, וי פון גרויסע ווייטעקן. איך בין שוין געווען צוגעװווינט צו דער טײַגע מיט אירע קלאנגען אין אלע שאָען פונעם מעסלעס. ס'איז מיר ניט איין מאָל אויסגעקומען צו טרעפן זיך פּאָנעם-על-פּאָנעם מיט די פארשיידענע אירע אײַנװױנער, אפילע מיט א װאָלף און אליין, װי מע זאָגט, מיטן באלעבאָס פון דער טײַגע -- מיטן בער. אָבער דאָ האָב איך זיך דערפֿילט א ביסל אומהיימלעך: א מענטש! א כײַע! מיט זיך האָב איך, װי שטענדיק, געהאט א האק. ס'איז ניט קיין געװער -- דאָך... צערוקט די קוסטעס, האָב איך דער- זען אונטער א יאָדלע א קליין הירשעלע. עס איז געלעגן, דאָס קעפּל אָפּגעװאָרפן אין א זײַט. א טויטס? ניין, עס האָט געלעבט, געקוקט אף מיר מיט א פארמוטשעטן בליק: עפשער קענסטו העלפן? א פאָדערשט פיסל איז בא דעם געווען איבערגעבראָכן באם קנעכל און פארבלוטיקט. װאָס טוט מען מיט דיר, גוטערברודער? איך האָב פאָרזיכטיק צונויפגעלייגט די איבערגע-י בראָכענע ביינדעלעך, צונויפגעקרעמפּעװעט בא די זײַטן צוויי יאָדלעיצװײַגן און אוועקגע- טראָגן עס אהיים.
גאנצע צוויי װאָכן איז דער כוילע אָפּגעלעגן בא מיר אין הויף אף א ווייכן גראָזיאויס- בעט. פאר אָט אָידער צײַט זײַנען מיר מיטן הירשעלע געװאָרן די בעסטע גוטעפרײַנט. עס פלעגט מיך באגעגענען מיט א באזונדערער פרייד, מיט א ווייכער שטיפערישער בוצקערײַ פון זײַנע יונגע הערנדלעך, מיט א גוטמוטיקן בליק פון זײַנע גרוילעכע אייגלעך, ווארטנדיק אף נאשערײַ --א שטיקל ברויט מיט זאלץ. טשיקאווע, װאָס בא סטערען פלעגט עס אויך נעמען פון די הענט, אָבער מיט א ביז גאָר גלײַכגילטיקער מינע: ,גיסט -- מיילע!"
ווען דאָס פיסל איז זיך שוין אינגאנצן צונויפגעוואקסן, האָט דאָס הירשעלע אָנגעהױיבן גיין נאָך מיר אומעטום. איצט האָב איך שוין געהאט צוויי טרײַע באגלייטער: מײַן הונט בוב און דאָס הירשעלע. בוב פלעגט גיין משיושעװודיק עטװאָס פון הינטן, און דאָס הירשעלע אף זײַנע דינע אומרויַקע פיסלעך באנאנד מיט מיר, מיט די טעמפּלעכע ציינדלעך געביסן דאָס גראָז אפן וועג און געווארט, מיר זאָלן זיך אָפּשטעלן, און איך זאָל זיך א שפּיל טאָן מיט דעם, מיט זײַנע הערנערלעך. שפּעטער האָט עס אָנגעהויבן אליין ארויס אין דער טײַגע, נאָר אלעמאָל געפונען דעם וועג צוריק צו אונדז אין הויף. ניט איך, ניט סטערע האָבן זיך ניט געװאָלט צעשיידן מיט דער שיינער באשעפעניש, װאָס מיר האָבן ליב געקראָגן. נאָר אײינמאָל איז עס אוועק און מער ניט געקומען. איך האָב געמיינט, עס איז צוגעשטאנען צו א סטאדע הירשן. אין דאָרף האָט מען מיר אָבער געגעבן אן אָנצוהערעניש, אז מיקאָלע מע" לעשטשענקאָס באבע זאָל האָבן די טעג געקאָכט הירשןיפלייש (אין דאָרף ווייסט מען אלץ). יאָ, דאָס איז געווען זײַן ארבעט!
פאר די פינף און צוואנציק יאָר איז מיר דאָ היפּש אויסגעקומען האָבן צו טאָן מיט ברא- קאָניערן פון פארשיידענע מינים. צװישן זיי --אָט דער מעלעשטשענקאָ. דאָס איז געװען א קורצגעוויקסיקער קרעפטיקער פּארשוין מיט א לאנגער שווארצער טשופּרינע און מיט מאָדנע אויגן: איינס---א קארס -- האָט געקוקט שעלמיש-שמייכלענדיק, דאָס צווייטע--א שווארצס -- שטעכיק-בייזלעך. געשטאמט האָט ער פון לװאָװער געגנט. בייס דער מילכאָמע פארמישט געווען אין גאָר מיַעסע זאכן און נאָכן אָפּזיצן זײַנס שוין געבליבן אפן װײַטן מיזרעך. געלעבט האָט ער אין א שטיבל באם עק דאָרף מיט אן אלמאָנע, וועלכע האָט אויך ניט פײַנט געהאט דעם טרונק, געארבעט אלס וואלדהעקער. געװען אפילע א קורצע צײַט אן אופזעער אין וואלד, אָבער ניט לאנג פאר מײַן קומען האָט מען אים פון דער שטעלע פארטריבן פאר שטענדיקער שיקרעס און בראקאָניערײַ. דערהערט, וועמען מע קלײַבט זיך שטעלן אף דעם אָרט, האָט ער שאָדנפריידיק געלאכט און געהאט א שטארקע האָפענונג, אז נישקאָשע, גאָר אינגיכן װעט מען אים רופן צוריק...
מע האָט ניט גערופן.
מיט א װאָך שפּעטער נאָך דעם, װי דאָס הירשעלע איז ניט געװאָרן, האָב איך דערזען מיקאָלען ארויסגיין פון פיליפּיטשעס וואלד-באצירק מיט א זאק אף די פּלײיצעס. אפן זאק-- גרויסע בלוט-פלעקן. ער האָט זיך געלאָזט צום ניט הויכן יאר בא דער וואלדיסאזשלקע, אריבערפּראװוען זיך אפן צווייטן ברעג. איך האָב אים אָנגעיאָגט:
-- האָסט געהאט, מעלעשקאָ, א לײַכטן פאנג?
ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט א כוצפּיש שמייכעלע:
41
-- דאָך ניט פון דײַן ווירטשאפט, כאצקעל, איז װאָס טוט דיר וויי דער קאָפּ!
ביידע זײַנען מיר דעמלט געווען יונג און היציק. מיט מיר איז געװען מײַן הונט בוב. אין די הענט --א האק. בא אים אין גארטל --א גרויס קאצאָװויש שינדימעסער.
-- אנו, עפן דעם זאק! -- האָב איך אים געזאָגט. -- מיינסט, דאָס איז דיר דאָס הירשעלע?
-- װאָסער הירשעלע?
-- אין דאָרפסראט וועט מען דיר דערציילן..
-- היי, דו, מאך ניט קיין טומל!---האָט ער שיפּענדיק גענומען אָנגרײַפן אף מיר. -- מיר זײַנען דאָ אליין, איינס אף איינס. און אין וואלד, ווייסטו דאָך אליין, קאָן אלץ טרעפן...
דאָ איז צוגעלאָפן בוב, די אויערן אָנגעשפּיצט. א קוק אף אים, א קוק אף מיר, װי ער װאָלט געװאָלט פארשטיין, װאָס דאָ קומט פאָר. מעלעשקאָ האָט געװוּסט, אז מיט בובן איז בעסער זיך ניט אָנהייבן.
ער האָט מיט רעציכע א שלײַדער געטאָן דעם זאק אף דער ערד. א שפּײַ געטאָן: ,ווארג זיך! דאנק דײַן גאָט, װאָס דו האָסט זיך מיר אין יענע צײַטן ניט געטראָפן אונטער דער האנט. מיט אזעלכע, וי דו, האָב איך דאן אנדערש גערעדט. אונדז הערט דאָ קיינער ניט",
און זיך אײַלנדיק גענומען אָפּטראָגן,
דאָס איז געווען מיט יאָרן צוריק. אָבער אויך איצט איז דאָ גענוג לײַט, װאָס זײַנען גרייט פארניכטן אלץ, װאָס לעבט און אָטעמט אין דער טײַגע, אבי באזאָרגן זיך מיט אומ- זיסטיק פלייש...
4
צוישן די ביימער פון דעם שכיינישן וואלד-באצירק גיט א שעמעריר דעם אופזעער פיליפּיטשעס שווארצע אוניפאָרם-קורטקע. מיט פיליפּיטשן באגעגענען מיר זיך קימאט יעדן סאָג אף די גרענעצן פון אונדזערע ווירטשאפטן אין מעשעך פון א סאך יאָרן. איצט איז ער א גרײַזיגרוױיער, מיט א בעקאָװעדיקער ברייטער באָרד איבער דער גאנצער ברוסט און דער- מאָנט מיר א מעכטיקן צעדער. דאָס האָט ער מיך געלערנט, ויאזוי צו װערן אן אייגענער מענטש אין דער װײַטמיזרעכדיקער טײַגע,
-- יעדעס ביימעלע, -- האָט ער מעיושעוודיק לאנגזאם גערעדט, --דארף דיר, מענטש, זײַן לײַבלעך נאָענט. גײיסט איבערן וואלד, א צװײַגעלע פארשטעלט דיר דעם וועג, בייג עס אָפּ פאָרזיכטיק. ברעך ניט. געדענק: א בוים טוט אויך וויי...
די ערשטע צײַט פלעגט ער מיך רופן ,מענטש", אלץ געװאָלט דערגיין, װאָס האָט גע- קאָנט צוצויען מיך, א מענטשן פון װײַטע ערטער, צו דער װײַטמיזרעכדיקער טײַגע.
-- איך האָב ליב וואלד, -- האָב איך אים געענטפערט.
-- יאָ, פאראן פאר װאָס ליב צו האָבן!
ער האָט מיט מיר דאן בא דער ערשטער באגעגעניש גערעדט וועגן דעם, אז די ערד קאָן זיך ניט באגיין אָן וואלד, װי א מענטש אָן מאלבושים, זי װעט פארטריקנט און פארפרוירן ווערן, װעט אָנװערן איר קראפט און זאפט. אָט אָידער דוירעסדיקער טײַגעימענטש האָט טיף געפילט די שײנקײַט פון וואלד, געזען, װי די סאָסנעס שטייען ,פארטראכט" אין דער שקיע- שלין, געהערט, װי די בעריאָזע ,מורמלט שטיל", װי די אָסינע ,קלינגט מיט אירע בלעטער"?; די מאלינע האָט בא אים ארויסגעקוקט פון צװישן די קוסטעס מיט א ,רוט אייגל", די סמאָ- ראָדינע איז בא אים געווען אין , שווארצע אוירינגלעך"..
-- האיאָר, מענטש, -- האָט ער מיר דעמלט געזאָגט, --איז א גרויס גערעטעניש אף פויגל-קארשן. א סימען, אז ס'וועט זײַן א הארבער ווינטער..
מיט עטלעכע טעג שפּעטער, ער האָט זיך שוין געהאט צוגעקוקט צו מיר, וען אין קאָנטאָר איז פארגאנגען א רייד װעגן דעם נײַעם וואלד-אופזעער, דאָס הייסט וועגן מיר, א מענטשן א געקומענעם און דערצו נאָך ביז אהער א גרויסע זעלטנהײַט אזא איינעם צו טרעפן דאָ אף אזא ארבעט אין דער טײיגע, האָט ער זיך קורץ, אָבער אנטשלאָסן ארויסגעזאָגט:
-- א וואלד-מענטש!
מיקאָלע מעלעשטשענקאָ איז גראָד דעמלט געזעסן דאָרט פּױעל-באָטל, גערייכערט זײַן אויסגעבויגענע הוצולישע ליולקע, ער האָט זיך אזש א װאָרג געטאָן מיט אן אָפּשפּאָטעריש געלעכטערל:
-- אוּווא! א וואלד-מענטש! און פאר א האָז וֶועט זיך אָט אָידער וואלד-מענטש דײַנער ניט איבערשרעקן? און אונטערשיידן א בעריאָזע פון אן אָסינע קאָן ער? כא! א וואלד-מענטש!
אין קאָנטאָר האָט מען געלאכט, און |פיליפּיטש האָט אף אים אָנגעשטעלט א שװוערן בליק,
49
א װײַלע שטייען מיר מיט פיליפּיטשן אפן יאר, כאפּן א שמועס וועגן אונדזערע וואלד- נײַסן און סטאם וועגן דעם, װאָס עס טוט זיך אף דער װעלט; מיר ריידן וועגן דעם װאָלף, װאָס האָט זיך באוויזן אין אונדזערע מעקוימעס. די יעגערס ווילן אים אױיסשפּירן און דער" שיסן, נאָר צי דארף מען עס טאָן? לענגער איז בא אונדז געווען א געלערנטער פון שטאָט, א גרויסער מייוון אף כײַעס, האָט ער געזאָגט, אז א װאָלף ברענגט אויך נוצן. ער העלפט האלטן ריין דעם וואלד... און דאָס איז בא מיר מיט פיליפּיטשן דאָס ערשטע געבאָט -- האלטן ריין דעם וואלד! מיר קוקן זיך די גאנצע צײַט צו אופמערקזאם צו די ביימער, צי האָבן זיך אין זיי ניט פארפירט קיין שעדיקער. מיר זעען, די וואלדהעקער זאָלן גלײַך פארברענען די אָפּנעהאקטע צװײַגן. זײַנען טאקע בא אונדז, אף אונדזערע באצירקן, ,קראנקע" ביימער א זעלטנהײַט.
פון אונטן דערטראָגט זיך צו אונדז דאָס אומגעדָולדיקע פאָרשקען פון די מאשינעס, זי פירן ארויס געהילץ, װאָס װעט גיין אף דער בױוּנג פון באם. פון דעם יאר, אף וועלכן מיר שטייען, זעט מען גוט אונדזער דאָרף צופוסנס די הויכע סאָפּקעס. װען מיר מיט סטערען זײַנען אהער געקומען, זײַנען נאָך דאָ געשטאנען אין דער נידערניש געציילטע הײַזקעס פון דעם קאזאקישן דערפל קוואשינאָ. איצט איז עס קימאט א שטאָטישע גאס. א גרויסער ייִשעווי..
מיט פיליפּיטשן װוינען מיר דאָרט הויף בא הויף. מיר זײַנען לאנגאָניקע גוטעפרײַנט. איך בין אלעמאָל געװוינט זיך אן אייצע האלטן מיט אים װעגן מײַנע מישפּאָכע-איניאָנים. איך קלאָג זיך פאר אים, אז סטערע לאָזט ניט צורו: יל אין שטאָט, צו די קינדער. דערעסן דער העק, די טײַגע.. פיליפּיטש רייכערט און שװײַגט, קוקט ערגעץ אין דער װײַט און טראכט זיך עפּעס זײַנס. און אז איך פארליר שוין די האָפּענונג צו דערהערן פון אים א װאָרט, גיט ער א בורטשע, אז ניט אלע זײַנען דאָך אזעלכע, װי מיר, װוּלקאָלאקעס, שרע- טעלעך, װאָס לעבן נאָר מיט וואלד, נאָר מיט ביימער...
יאָ, דאָס איז אזוי. דאָס איז אליין דער עמעס. בעסער קאָן מען װעגן אונדז ניט זאָגף מיר לעבן מיטן וואלד. מיט די ביימער! מיר דאכט, אז איך קען שוין אלע ביימער פון מײַן באצירק, װי מע זאָגט, אין פּאָנעם. איך געדענק אפילע די, װאָס זײַנען שוין איצט ניטאָ. אָט דאָרט רעכטס איז געשטאנען א ריזיקער צעצװײַגטער צעדער--א קראסאװעץ, א פּארשוי! די ארומיקע ביימער האָבן אים אָפּגעהיט, װי א ציטעריק קינד, פון היצן און פון בייזע װוינטן, וען ער איז נאָך געווען קליין און שוואך. נאָר אָט איז ער אונטער" געוואקסן, באקומען קראפט, גענומען זשעברעווען מִיט די ברייט צעשפּרײטע צװײַגן די גאנצע לופט און די גאנצע זון-שײַן. די יונגע ביימלעך הינטער אים האָבן אָנגעהױבן דארן און פארטריקנט װערן. אזא בוים רופט מען בא אונדז ,א װאָלף" און מע האקט אים אראָפּ. איך האָב עס געטאָן מיט זייער א שווער הארץ! און אָט זײַנען מײַנע יונגע שײינהײַטן -- די סאָסנעס, װאָס איך האָב פארפלאנצט מיט א יאָר זעכצן צוריק. איך הער, װי זי רוישן פרייי לעך, פירן צװישן זיך א לעבהאפטיקן פארטרוילעכן שמועס. זיי פארענדיקן שוין באלד דעם .ערשטן קלאס". זיי זײַנען שוין ,קאלעס" און אין צוויי מאָל העכער פאר מיר. זיי שמייכלען און פארנייגן פאר מיר זייערע יונגע, שוין שטאָלצע קרוינען. נו, קען מען זי פארלאָזן? ווארפן אלץ מיטאנאנדער און אוועק פונדאנען?.
ביכעריגראפיק
טייײ2
דער שמוץיטיטל און א איליוסטראציע צו דער דריטער טייל פון נאָטע לוריעס ראָמאן ,הימל און ערד". קינסטלער ג. קראוצאָוו
* 40
בער האלפּערן
וועגן ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטשן און נאָךר עפעס
פראָיִם סאנדלער, װאָס איז געבאָרן געװאָרן אין מאָסקװע א פּאָר יאָר נאָך דער רעװאָליוציע, האָט קיין שום שײַכעס ניט געהאט ניט צום צאר און ניט צו
דער צארישער פאמיליע, נאָר פון איינעם פון זיי, דעם לעצטן צארס פעטער, ניקאָלײ ניקאָ- לײַעװיטש, האָט ער שטארק געהאלטן.
געװוען איז די מײַסע אזא. אין 1940, װען ליטע איז געװאָרן סאָװעטיש, האָבן זיך זײַן טאטע-מאמע געכאפּט, אז זיי שטאמען פון א קליין ליטװיש שטעטל. יאָרנלאנג זײַנען זי געווען אָפּגעריסן פון דעם שטעטל, ניט געהאט קיין שום פארבינדונג מיט דעם, און דאָ פַּלו- צעם איז אָט דאָס שטעטל געװאָרן נאָענט, מאמעש מיט דער האנט צו דערגרייכן. ס'האָבן זיך אָנגעהױבן לירישע דערמאָנונגען -- דער טאטע האָט עס גערופן ,קעלבערנע היספּײַלעס/, אָבער אינדערעמעסן איז ער ניט װייניקער פון דער מאמען געווען פארכאפּט פון די דערי- נערונגען -- אזויפיל קרויווים, אזויפיל נאָענטע, אזא יוגנט פארבראכט דאָרטן..
-- געדענקסט, עטל, דאָס בעריאָזעװע וועלדל באם טײַך!--- האָט ער מיט א שטיפערישן שמייכל געפרעגט.
די מאמע האָט צניעסדיק אראָפּגעלאָזן די אויגן, און עפּראָימען איז געװאָרן קלאָר: אין דעם, װאָס דער טאטע מיט דער מאמען האָבן, שוין דאָ זײַענדיק, כאסענע געהאט, האָט יענץ בעריאָזעװע וועלדל אויך א געוויסן כיילעק,
-- עך, ווען כ'װאָלט שוין ניט געהאט אויסגענוצט מײַן אורלויב, װאָלט איך זיך אראָפּ- געכאפּט אהין א קוק טאָן, װי זעט עס אויס יענער געמויזעכץ.. ווען ניט ניקאָלײַ ניקאָלײַע- וויטש, לאנג הענגען זאָל ער אף יענער-װועלט, װאָלטן מיר דאָך אלע געשטעקט דאָרטן. און דו, פראָיקע, װאָלסט אויך געווען א דאָרטיקער.
-- איך, א דאָרטיקער? -- עפראָיִם האָט זיך הילכיק פאנאנדערגעלאכט. פאר אים, דעם סטודענט פון מאָסקװער אוניווערסיטעט, איז עס געװען גאָר א טשיקאװוער געדאנק.-- װאָס װאָלט איך דאָרטן געטאָן?
-- װאָס דו װאָלסט דאָרטן געטאָן? א סטודענט פון מאָסקװער אוניוװוערסיטעט װאָלסטו אוואדע ניט געווען. פאָר צו אהין! בא דיר איז דאָך איצטער קאניקולן. װעסט זיך באקענען מיט דײַנע קרויווים, אָפּגעבן פון אונדז א גרוס. דער ברודער איציק איז, עמעס, דאָרטן גע- שטאָרבן... בעסאכאקל מיט א פּאָר יאָר עלטער פאר מיר. ער װאָלט אויך דאָ געקאָנט זײַן, נאָר אײַנגעשפּארט זיך און זיך אומגעקערט קיין ליטע. די פאמיליע אָבער לעבט דאָרט. צוויי קינדער, א ייִנגל און א מיידל, דאָס ייִנגל איז פּונקט אין דײַנע יאָרן. אויך עפראָיִם און אויך סאנדלער.
אויך עפראָלִם און אויך סאנדלער! ס'קומט אויס דער ליטווישער וואריאנט פון אים, דעם מאָסקװער סטודענט. טשיקאווע. דעם פאָטערס װערטער האָבן אים אָנגעצונדן. מע דארף צו- פאָרן אהין אף די פּאָר װאָכן, װאָס זײַנען אים נאָך פארבליבן פון די קאניקולן.
בא א סטודענט איז דאָס קלײַבעניש א קורצע. דער רוקזאק אף דער פּלײצע, און אן איי- בערשטע פּאָלקע אין א וואגאָן װעט זיך שטענדיק געפינען.
פונעם װאָקזאלכל אין דעם ליטװישן העק ביז צום שטעטל איז געווען עטלעכע קילאָמע- טער. עפראָיִם סאנדלער האָט קיין אכט ניט געלייגט אף די וועגענער און פורמאנעס, װאָס האָבן זיך געשטופּט ארום װאָקזאלכל און אים גערופן אין זייערע בוידן. אין אזא מעכײַעדיק- זומערדיקן טאָג און אין אזא דאָרפישן ראכוועס איז דער בעסטער טראנספּאָרט -- די אייגענע פיס,
47
דער זשווירעשער וועג, אן אױסגעפאָרענער פון באלעגאָלישע קאָלייעס--א מאשין ניט אף א רעפוע, -- האָט געפירט פארבײַ פעלדער מיט דרעמלענדיקע זאנגען און לאָנקעס, אֹף וועלכע סהאָבן זיך געפּאשעט קי. דאָס שטעטל האָט אים באגעגנט מיט גראָנעדיקע גענדז און קראקענדיקע ענטלעך, װאָס האָבן זיך געפּליוסקעט אין א סאזשלקע. און אָט גייט שוין דער וועג אריבער אין א ברייטער גאס, אָנגעפּיקעװעט פון ביידע זײַטן מיט גרויע פון אלטקײַט, נידעריקע הײַזלעך, אײַנגעהויקערטע אונטער דער לאסט פון די שװערע שינדלנע דעכער. גאָט מײַנער, וויפל קראָמען! ניטאָ קימאט קיין שטוב, װאָס זאָל ניט גלאָצן אף דער גאס מיט א קרעמערישער טיר. עפראָיִם גייט איבער דער גאס און פילט, װוי פון אלע פענצטער שפּיזי לען אים אדורך נײַגעריקע בליקן. פון אונטער דער ערד וואקסט ארום אים אויס א כאָפּטע יינגלעך, װאָס פינקלען אף אים מיט שווארצע נײַגעריקע אויגן. װוי נאָר ער באװײַזט אָנצורופן דעם נאָמען סאנדלער, פירט אים די טריומפירנדיקע כאָפּטע ארוף אף א זײַטיק געסל און ברענגט אים צו א שטוב, װאָס איז נאָך נידעריקער און אײַנגעהױקערטער, וי די, װאָס שטיי- ען אף דער ,הויפּט*-גאס. מאשמאָעס, עמעצער פון דער כאָפּטע האָט שוין באוויזן אהער צולויפן און אָנזאָגן די בסורע -- אין דער אָפּענער טיר שטייט א ברייטביינערדיקע, צעפלאָ- סענע ייִדענע און קוקט מיט דערשראָקױינײַגעריקע אויגן אף דעם אָנקומענדיקן גאסט. עפראָיִם זאָגט, װער ער איז, און די ייַדענע לאָזט ארויס א דינינקן פּישטש, װאָס פּאסט גאָרניט צו איר מעגושעמדיקן גוף. זי פירט אים ארײַן אין שטוב. דער באלקנדיקער צימער איז נידעריק און גרויס, ער האָט צוויי פענצטער, צעטיילטע דורך גראטעס אף פּיטשינקע שויבן. בא איינעם פון די פענצטער שטייט א שוסטער-ווארשטאט. פונעם נידעריקן בענקל הייבט זיך אוף א שטשופּלער באָכער אין א לעדערנעם פארטעך. ער האָט א מאָגער פּאָנעם, אף וועלכן עס טיילן זיך אויס די ארויססטארטשענדיקע קינבאקן. מיט א פארלעגענעם שמייכל שטרעקט ער אויס דעם גאסט די האנט, און עפראָיִם פארשטייט, אז דאָס איז עפראָיִם סאנדלער, זײַן ליטוויש- קליינשטעטלדיקער ,וואריאנט". פון הינטער דעם ציצענעם פאָרהענגל באם גרויסן אויוון קומט ארויס א שװוארצהאָריק מיידל פון א יאָר זעכצן און שטעלט אָן אף דעם אומגעריכטן גאסט א פּאָר גרויסע פארכידעשטע אויגן. דער גאסט שטויסט זיך אָן: דאָס דארף זײַן זײַן שווע- סטערקינד. איר פּאָנעם פלאמט אוף, בייס ער גייט צו צו איר.
ער האלט זיך ניט אײַן און גיט איר א קוש אין איר רויט בעקעלע. ,עסטערקע",-- שעפּטשעט זי אויס א פארשעמטע און װוערט נאָך מער רויט. וויבאלד אזוי, קומט איר אוואדע א קוש...
צען טעג האָט פארבראכט עפראָיִם סאנדלער אין דער דאָזיקער שטוב. זײַן שוועסטער- קינד האָט זיך באצויגן צו אים גראָבלעך-גוטמוטיק. ער איז ביכלאל געוועזן א גראָבער יונג. נאָר דעם מאָסקװער עפראָיִם איז קענטיק געוועזן, אז די איבערגעטריבענע גראָבקײַט זײַנע לעגאבע דעם גאסט איז א מין שוץימאסקע, מיט וועלכער ער וויל זאָגן, אז ער, דער שוסטער- יונג, איז א זעלבשטענדיקער מענטש און ער פילט זיך לעגאמרע ניט געפאלן לעגאבע דעם גרױסשטאָטישן , הינטעליגענט".
-- דו ביסט פראָיִם סאנדלער, און איך בין פראָיִם סאנדלער, --- האָט דער שוסטער גע- טײַנעט, --נאָר דער עמעסער פראָיִם סאנדלער בין איך, ניט דו. מײַן טאטע איז געװען א שוסטער, און אונדזער זיידע -- מיר טראָגן ביידע זײַן נאָמען, פארשטייסט? -- איז אויך געווען א שוסטער. סאנדלער איז א שוסטער אף לאָשנקױידעש, פארשטייסט? איז דו ביסט אראָפּ פון אונדזער וועג, ביסט שוין ניט דער עמעסער סאנדלער. און איך בין דער עמעסער פּראָיִם סאנדלער! פארשטייסט?
-- זאָג מיר נאָר, -- האָט זיך ארײַנגעמישט די מומע, -- װאָס װעסטו זײַן, אז דו װעסט ענדיקן דײַן ניווערסיטעט? א דאָקטער, צי אן אדװאָקאט?
-- איך שטודיר מאטעמאטיק, מומע.
-- מאטעמאטיק? -- האָט ניט אָנגעהױבן צו פארשטיין די מומע. -- איז װאָס װעסטו װערן?
-- צוויי מאָל צוויי איז פיר. דאָס איז די גאנצע כאָכמע!--האָט זיך צעהירזשעט דער שוסטער-יונג.
-- מאטעמאטיק -- דאָס איז א וויסנשאפט,---האָט זיך עסטערקע אָנגענומען פאר איר שוועסטערקינד.---מע לערנט עס אין די אוניווערסיטעטן און דאן װערט מען א געלערנטער.
-- זע נאָר, זע, -- האָט די מומע פילאָסאָפּירט מיט איר דינינקן קעלכל. ---װי דער גוירל שפּילט עס מיט א מענטשן. אוב דער ראָשעימערושע ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש װאָלט אונדז ניט ארױיסגעיאָגט פון שטעטל, װאָלסטו ניט געװוּסט פון קיינע ניווערסיטעטן און װאָלסט געווען א מענטש, װי אלע מענטשן. דײַן טאטע מיט דער מאמען האָבן זיך שוין דאָ געליובעט..
3--67 48
-- און װאָס פעלט אים אזוי! א געלערנטער איז ניט קיין שוסטער-יונג, -- האָט עסטערקע העלדיש פארטיידיקט דעם גאסט, פארדינענדיק דערבײַ א בייזן בליק פון ברודער.
עסטערקע האָט באוויזן צו פארענדיקן דרײַ קלאסן פון דער אָנפאנג-שול, בייס איר פאָ- טער איז געשטאָרבן. אז דער ברודער איז געװאָרן דער שפּײַזער פון דער מישפּאָכע, האָט ער מער ניט געלאָזט עסטערקען גיין אין שול -- פאר א מיידל איז דרײַ קלאסן איבערגענוג. ניט קוקנדיק אף דעם, איז עסטערקע געווען א גאנץ אנטװיקלט מיידל. אויסער דעם ביסל לאָשנקוידעש, װאָס זי האָט ארױיסגעטראָגן פון דער טארבוס-שול, האָט זי געקענט א ביסל ליטוויש און האָט איבערגעלייענט א היפּש ביסל ביכער אף ייִדיש.
פרויקע האָט גאנצע טעג געארבעט. אין די אָװנטן פלעגט ער ערגעץ פארשװינדן. ,שפּילן אין קאָרטן", -- האָט מיט פארדראַס דערקלערט עסטערקע. קומען פלעגט ער אן אופ- גערודערטער, און דאן פלעגט ער ברומען זײַן באליבט לידל:
איך בין ניט קיין לאָשעק, איך בין ניט קיין פערדל, איך בין שוין א גרויסער, מיר וואקסט שוין א בערדל!
אָפּפאָרנדיק פון דעם שטעטל צוריק צו זיך אהיים, האָט דער סטודענט פון מאָסקװע, עפ- ראָיִם סאנדלער, געמאכט דעם סאכאקל: מאָלאָדיעץ ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטש, װאָס האָט זיך ארײַנגעמישט אין זײַן גױירל! דערבײַ האָט ער אויך צוגעגעבן: מאָלאָדיעץ אויך דער טאטע און מאָלאָדיעץ אויך די מאמע, װאָס האָבן זיך ניט אָפּנעשראָקן פאר די שװעריקײַטן פון בירגערקריג און פארבליבן אין רוסלאנד, קעדיי צו געניסן פון די פרוכט פון אָקטיאבער.
2
דאָס אלץ האָט זיך דערמאָנט דעם פופציקיאָריקן עפראָיִם מאָיַסײעװיטש סאנדלערן, דעם דאָקטאָר פון מאטעמאטישע וויסנשאפטן, אין זײַן האָטעל-צימער אין ווילנע. ער איז הײַנט אינדערפרי געקומען אין א קאָמאנדירונג קיין ווילנע, גלײַך אװועק אפן זאװאָד פון רעכן- מאשינעס, װוּ ער האָט געהאט אן אָנגעפּיקעװעטן ארבעטסטאָג: בײַגעװען אף א באראטונג פון דער זאװאָד-אָנפירונג, געהאָלפן לייזן א פארפּלאָנטערטע טעכנאָלאָגישע פראגע און געגעבן אינסטרוקציעס אפ װײַטער. ער װעט דאָרטן זײַן פארנומען נאָך עטלעכע טעג, נאָר איצטער, נאָך דעם ארבעטסטאָג, האָט ער בעדייע זיך צו פארנעמען מיט א ריין"פּערזענלעכן איניען: ער דארף אופזוכן זײַן שוועסטערקינד פון דעם קליינעם ליטװישן שטעטל.
לאנגע יאָרן נאָך דער מילכאָמַע האָט ער גאָרניט געװוּסט פון זײַנע קרויווים, געמיינט אפילע, אז זיי האָבן געטיילט דעם גוירל פון דעם ראָוו ליטווישע ייִדן, װאָס זײַנען ארונטעך- געפאלן אונטער דעם דײַטש. ערשט ניט לאנג, ריידנדיק אין מאָסקװע מיט איינעם א ייַדן פון ווילנע, װאָס האָט געדינט אין דער ליטווישער דיוויזיע, האָט ער זיך דערװוּסט, אז פראָיקע דער שוסטער האָט אויך געדינט דאָרטן, דורכגעמאכט די גאנצע מילכאָמע, געװען עטלעכע מאַל פארװווּנדעט, זיך אומגעקערט פון דער מילכאָמע און לעבט איצטער אין ווילנע. וויבאלד אזוי, דארף ער אים אופזוכן. דעם אדרעס האָט ער שוין דערקאזשעט אינדערפרי דורך דער אדרעס-ביוראָ.
די טאקסי איז אין איין אָטעם דורכגעפלויגן די שלאנקע אײַזנבעטאָן-בריק איבער דער וויליע, און דער שאָפער האָט פארלאנגזאמט דעם גאנג.
-- דאָ פאָרן מיר ארײַן אין אונדזער נײַעם ראיאָן, -- האָט דער טאקסיסט פײַערלעך גע- מאָלדן. -- איר זײַט דאָך ניט קיין היגער, יאָנ דארפט איר אלץ גוט באקוקן. מיר האָבן אָקאָרשט געקראָגן פאר דעם ראיאָן די אלפארבאנדישע מעלוכע-פּרעמיע פאר ארכיטעקטור!
ער האָט עס געזאָגט מיט אזא שטאָלץ, װי ער אליין װאָלט געבויט דעם ראיאָן און ער װאָלט געקראָגן די פּרעמיע.
-- עמעס, עמעס, כ'האָב טאקע געהערט דערפון, -- האָט זיך אָפּגערופן סאנדלער א פא- רינטערעסירטער.
-- וויבאלד אזוי, װועלן מיר ארומקרײַזן דעם ראיאָן, איידער איך פיר אײַך צו צום ניי- טיקן הויז.
,ארומקרליזן" -- איז טאקע געווען דער ריכטיקער אויסדרוק, װאָרעם קיין גאסן אין אייגנטלעכן זין פון װאָרט זײַנען דאָרט ניט געוועזן. א ברייטער אספאלטענער גארטל האָט ארומגעכאפּט דעם ראיאָן און אינװייניק האָבן אספאלטירטע וועגן זיך געשלענגלט פרײַ לוט דער פאנטאזיע פונעם ארכיטעקטאָר. די הײַזער זײַנען געווען צעװאָרפן אין קלוימערשטער
49
אומאָרדענונג. נאָר די דאָזיקע , אומאָרדענונג" האָט געבילדעט אן אויסטערלישיבילדערישע פּאנאָראמע. און אלץ איז געווען אײַנגעטונקען אין גרינס. אין געוויסע ערטער האָבן די אר- כיטעקטאָרן דאָ אפילע איבערגעלאָזט אינדזלען פון דעם אורוואלד, װאָס איז קענטיק דאָ פריִער געווען.
-- אלע הײַזער, -- האָט מיט ענטוזיאזם גערעדט דער טאקסיסט, --- זײַנען ארויס פונעם זאװאָדישן קאָנווייער, און נאָר דערפאר איז עס מעגלעך געװוען אופצובויען דעם ראיאָן אין אזא קורצער צײַט. אָבער זעט, װוי פארשיידנארטיק, וי בילדעריש זיי זײַנען! יעדעס הויז האָט זײַן אייגן פּאָנעם!
די אויגן פונעם טאקסיסט האָבן געבלישטשעט. בעפיירעש, ער איז געװען איינער פון די שעפער פון דעם ארכיטעקטור-אנסאמבל...
סאָפּקאָלסאָף האָט זיך די טאקסי אָפּנעשטעלט פאר א פילשטאָקיקער געבײַדע, װאָס אין ארויסגעוואקסן פון דעם גרינס, אזוי װוי זי װאָלט אליין געווען א שטיק נאטור.
דער ליפט האָט זיך אָפּגעשטעלט אפן אכטן שטאָק, און עפראָיִם סאנדלער האָט ניט אָן הארצקלאפּעניש אָנגעדריקט די קנאָפּקע.
די טיר האָט געעפנט דער באלעבאָס אליין. עפראָיִם סאנדלער איז אריבערגעטראָטן די שװועל און א שמייכלענדיקער געקוקט אף זײַן ,ליטװישן וואריאנט".
-- א, דער סטודענט פון מאָסקװע!--האָט אוױיסגעשריען דער באלעבאָס, זיך גאָרניט פארכידעשט,
זיי האָבן זיך ארומגענומען, צעקושט.
ארײַנגעגאנגען אין צימער, זײַנען זיי א װײַלע געשטאנען און, װוי צוויי הענער, זיך אָנגעקוקט. ביידע מיטלװוּקסיקע, געפּאקטע, זײַנען זיי איצטער געווען שטארק ענלעך איינס צום אנדערן, מער, װוי מיט דרײַסיק יאָר צוריק.
-- די האָר דײַנע, די האָר, -- האָט געזאָגט דער ווילנער עפראָיִם. -- האָסט דאָך געהאט אמאָל א פּרעכטיקע טשופּרינע.
-- געלאָזט אין די אָקאָפּעס. און דו... ביסט דאָך געווען א דארער יונג. און איצטער גראָב געװאָרן, אָנגעגאָסן.
-- ניט גרעבער פון דיר, פּעמפּיק אײינער!--- דער ווילנער עפראָיִם האָט א שטורך געטאָן דעם מאָסקװער אין בויך, און ביידע האָבן זיך פאנאנדערגעלאכט.
אפן טומל איז ארײַן די באלעבאָסטע.
-- צילע, דאָס איז מײַן שוועסטערקינד פון מאָסקװע. געדענקסט, איך האָב דיר דער" ציילט. סטודענט פון מאטעמאטיק... װאָס ביסטו איצטער?
-- לייטער פון אָפּטײילונג אין א וויסנשאפטלעכן אינסטיטוט... דאָקטאָר פון מאטעמאטישע וויסנשאפטן,
-- דאָקטער! הערסט, צילע! א דאָקטער, װאָס פארשטייט קיין קרענק ניט!--- ער האָט זיך הילכיק צעלאכט, און דאָס איז טאקע געװען דאָס הירזשען פונעם אמאָליקן פראָיקע דעם שוסטער-יונג. א געלעכטער מיט א רוישיקן סאָפּען, װאָס איז גיכער ענלעך אֹף א פּלאנכען.
צילע איז געווען קלײינװוּקסיק און קײַלעכדיק. איר פולבלעכן קערפּער האָט זי אָבער געטראָגן לײַכט, און אירע באוועגונגען זײַנען געווען אפילע גראצ;עז. איר קײַלעכדיק פּאָנעם מיט א נעזל, װי א קליינע בולבעטשקע, האָט געעטעמט מיט פרײלעכקײַט און אומױיסשעפּי לעכער געמיטלעכקײַט. זי איז געווען א סאך ייִנגער פון איר מאן. געארבעט האָט זי אלס בוכ- האלטער, און דער גאסט האָט גלײַך נאָך די ערשטע װוערטער אירע געקאָנט מיט באפרידי- קונג פעסטשטעלן, אז זײַן שוועסטערקינד פארמאָגט א גאנץ אינטעלעגענטע, געמיטלעכע פרוי. ער האָט זיך דערפילט היימיש, און ס'איז אוועק א לעבעדיקער געשפּרעך.
פונעם געשפּרעך איז קלאָר געװאָרן, אז דאָס איז שוין עפראָיִם דעם שוסטערס צווייטע פרוי. די ערשטע, מיט וועלכער ער האָט כאסענע געהאט הארט פאר דער מילכאָמע, איז אומגעקומען בייס דער דײַטשישער אָקופּאציע. ער גופע האָט געקעמפט אין דער ליטווישער דיוויזיע, געווען עטלעכע מאָל פארװוּנדעט, נאָך דער מילכאָמע זיך באזעצט אין ווילנע. איצט איז ער הוױיפּט-מײַסטער אף א שוך-פאבריק. זיי האָבן א זון איזי, אים איז צוואנציק יאָר, ער איז א סטודענט פון דער טעכנישער הויכשול.
-- און עסטערקע? -- פרעגט דער מאָסקװער עפראָיִם, און דאָס הארץ גיט אים א טיאָכקע.
-- זי איז אויך אין ווילנע. כאסענע געהאט. א מאמע פון צויי קינדער.
-- לעבט! -- עפראָיִם פילט, װי א שטיין װאָלט זיך אים אראָפּנעקײַקלט פון הארצן.
-- יאָ, וי דען. זי איז דאָך יענע אקשנטע! גלײַך וי מיר זײַנען געװאָרן סאָוועטיש, זײַנען זי דאָך אלע מעשוגע געװאָרן: יעדער באָכערל דארף װערן ניט אנדערש, װי אן אינזשעניער,
50
יעדע מיידל --א דאָקטער. דיפּלאָמען גיב זיי, אנדערש קענען זיי זיך ניט אויסדרייען. איבער- הױפּט נאָך דײַן אװעקפאָרן זײַנען איר ארײַן די פליגן אין נאָז. האָט זי זיך אײַנגעשפּארט און אװועקגעפאָרן אף עפּעס קורסן קיין ווילנע.
-- נו, און?
--- ווייסט, פראָיִם, ווען ניט די מילכאָמע, װאָלט זי עפשער געװאָרן א דאָקטער. זי איז דאָך יענע אקשנטע. נאָר סײַװי האָבן די קורסן איר אָפּגעראטעװעט דאָס לעבן. זיי האָבן זיך באוויזן צו עוואקוירן, די קורסן. איצטער איז זי אן עלטערע מעדישוועסטער. מע האלט שטארק פון איר אין איר באָלניצע. אָט זי פארשטייט טאקע א קרענק. ניט וי דו, דער דאָק- טער! -- דער שוסטער האָט זיך ווידער הילכיק פאנאנדערגעלאכט.
צילע האָט באמערקט, װי טיף ס'איז פארינטערעסירט דער גאסט, האָט זי זיך ארײַנ- געמישט:
-- מע װאָלט איר געקאָנט אָנקלינגען, נאָר הײַנט ארבעט זי אין דער נאכט-סמענע. מאָרגן װועל איך שוין אָרגאניזירן, איר זאָלט זיך טרעפן. זי איז איצטער פארדרייט מיטן רעמאָנט פון דער דירע. ביידע סטודענטן אירע זײַנען אוועקגעפאָרן, דער מאן אף אורלויב אין אן אָפּרו-הױז, האָט זי זיך פארנומען מיטן רעמאָנט, נאָר, דאכט זיך, זי ענדיקט שוין.
-- עפּעס א לײַטישער מאן בא איר?
-- א מרוק! -- האָט אָפּגעשניטן עפראָיִם. -- פּאָרקעט זיך אין די אײַזערנע געדערימס און וויל פון קיין זאך ניט וויסן.
-- װאָס רעדסטו, עפראָיִם! -- האָט צילע ווייך פאָרגעװאָרפן איר מאן. -- געווען א פּאָשע- טער שלאָסער, איצטער איז ער דער גאנצער מעכאניקער אף זײַן זאװאָד,
-- נאָר א מענטשיש װאָרט װעסט פון אים ניט ארויסקריגן. אָבער, נישקאָשע, בא איר איז ער א קאָטינקע,
די אינװייניקסטע טיר האָט זיך געעפנט, און אין צימער איז ארײַן א יונג, א דארער און א הויכער, װי א דראָנג. מע באקענט זיך, און דער גאסט קוקט אפן באָכער מיט פארכידעשטע אויגן: גאָט מײַנער, װי דער באָכער האָט עס ארויסגעשאָסן! בא א מיטלװוּקסיקן טאטן און א נידעריקער מאמען...
-- אקצעלעראנט! -- רעקאָמענדירט זיך אָפּ דער יונג. קענטיק, ער איז געװווינט, מע זאָל זיך װוּנדערן אף זײַן װוּקס. -- איר ווייסט דאָך, איצט איז די עפּאָכע פון אקצעלעראציע. בין איך א פּראָדוקט פון דער עפּאָכע,
-- דו, פּראָדוקט, זאָלסט כאָטש הײַנט אָװנט ניט אנטלויפ? זעסט דאָך, מיר האָבן א גאסט,
-- פַּאפּא, איך קאָן ניט, -- ער ווארפט א בליק אפן זייגער, װאָס אין פארוקט בא אים אף דער אינװייניקסטער זײַט פון האנט.---פאראן א וויכטיקע סיבע!--ער זאָגט עס מיט א טיפן ערנסט, נאָר די פּלוטעוואטע אויגן בלאָנדזשען אין א זײַט.
-- און די ,סיבע?* טראָגט א מיני-קליידל ביז אהער-אָ? ביזן פּופּיק, הא?
-- נו, גיי, גיי, --- קריגט די מאמע ראכמאָנעס אפן יונג.--נאָר פארגעס ניט, אז דו האָסט נאָך אן עקזאמען.
-- צום עקזאמען איז דאָ דער טאָג. מאָרגן גאנצפרי. שוין אָפּגערעדט.
דער יונג געזעגנט זיך מיטן גאסט. ער גיט דערבײַ עפּעס א מורמל, אז מ'וועט זיך נאָך זען, און אָט שעמערירט שוין זײַן פאנטאסטיש אױיסגעמאָלטע קאָװבאָיקע אין דער טיר,
-- הײַנטיקע קינדער... -- זיפצט דער פאָטער, נאָר דער זיפץ איז א געמאכטער: קענטיק, ער איז צופרידן מיטן זון,
די באלעבאָסטע פארנעמט זיך מיטן קיבעד, און דאָ מעלדעט פּלוצעם דער באלעבאָס מיט א פּײַערלעכן טאָן:
-- פאר אזא גאסט... קאווע װעל איך מאכן אליין. לויט מײַן באזונדערן רעצעפּט!
הערסט א מײַסע: פראָיקע, דער געוועזענער שוסטער-יונג, מאכט קאווע ,לוט זײַן בא- זונדערן רעצעפּט".. און דאָ דערמאָנט זיך דער מאָסקװער עפראָיִם, אז ער האָט שוין אייני מאָל געטרונקען קאווע ,לוט א באזונדערן רעצעפּט"
דאָס איז געווען טאקע דעמלט אין יענעם שטעטל. אין דעם דאָזיקן שטעטל האָט געלעבט אן אינטעליגענט, דער זון פונעם דאָרטיקן אײַזנקרעמער. ער האָט זיך עטלעכע יאָר ארומגע- דרייט אין אויסלאנד, עפּעס װאָס שטודירט. צי ער האָט װאָס אויסגעשטודירט דאָרטן, איז געווען ניט קלאָר, נאָר אומגעקערט זיך אין שטעטל האָט ער מײַסע אינטעליגענט, װאָס איז דערגאנגען די סיסריי-טוירע פון דער מײַרעװ-אײראָפּעישער קולטור. איינמאָל האָט ער ארלינ- גערופן דעם מאָסקװער סטודענט אף א גלעזל קאווע. געפירט נעפּלהאפטע רייד וועגן שפּענג-
1
לערן, וועגן בערגסאָנען, געגעבן אָנצוהערעניש, אז דער פילאָסאָפישער געדאנק אפן מײַרעװ-- צװוישן אונדז, אינטעלעגענטן, זאָל עס זײַן געזאָגט -- שטייט פיל העכער פאר דעם גראָב-מא- טעריאליסטישן געדאנק אפן מיזרעך. צום סאָף האָט ער מעכאבעד געװען דעם גאסט מיט א טעפּל קאווע, ,לויט מײַן אייגענעם רעצעפּט, -- האָט ער פילבאדײַטנדיק צוגעגעבן. -- אזוינס האָט איר דאָרטן, אין אײַער מאָסקװע, ניט געטרונקען". עפראֵָם סאנדלער האָט געטרונקען די קאווע, גאָרניט ניט געפילט, נאָר קעדיי ניט צו באליידיקן דעם באלעבאָס.
ער האָט פארגלאָצט די אויגן און געזאָגט, אז ס'איז גאָר-גאָר פּרימא. און איצטער פראָיקע דער שוסטער מיט ,זײַן באזונדערן רעצעפּט?..
-- עפררא-ים אידסא-קאָיװיטש, -- האָט ער פריילעך אויסגעסקאנדירט,--װי קומט צו דיר אן אייגענער רעצעפּט?
-- פון שטעטל טאקע. געװען בא אונדז אזא ,הינטעלעגענט". אז ס'איז געקומען די סאָוועטן-מאכט, האָבן זיך די פּנײי אָנגעהױבן צו כאנפענען צו אונדז, די פּראָסטע לײַט. האָט ער מיך איינמאָל פארופן אף א גלעזל קאווע. דו ביסט דאָך אויך געװען נאָר דו ביסט א יאָלד... ווייסט, װי מע האָט דיך גערופן אין שטעטל? פראָיקע-יאָלד! און מיך האָט מען גערופן פּראָיקע-קאָלבױניק! האָב איך זיך טאקע צוגעקוקט, װי ער מאכט, און ארויסגעקריגן פון אים דעם גאנצן סאָד. ווארט, וועסט באלד זען.
ער האָט לאנג געקישעפט אין קיך, און אָט איז שוין געשטאנען פארן גאסט א טעפּעלע קאווע, פון וועלכער ס'האָט געשלאָגן א מעכײַעדיקע פּארע.
-- נו? -- האָט עפראָיִם זיך אײַנגעגעסן אין די אױגן פונעם גאסט, נאָכדעם װי יענער האָט פארזוכט די קאווע.
ווייסט עס דער טײַװל, צי זײַן געשמאק איז מער ראפינירט געװאָרן פאר די פארגאנגענע יאָרן, צי פרויקע-קאָלבױניק האָט צוגעגעבן עפּעס אייגנס צו יענעמס רעצעפּט, נאָר די קאווע האָט טאקע דעם טאם פון גאניידן.
-- גוט!-- האָט געזאָגט דער גאסט. -- בעעמעס גוט!
אוועקשטעלנדיק דאָס אויסגעליידיקטע טעפּעלע, האָט דער מאָסקװער גאסט זיך ארומ" געקוקט. א פײַנע דירע, מאָדערנע מעבל, א באגלאָזטע ביכער-שאפע, אָנגעפּראָפּט מיט ביכער און זשורנאלן, און די ביידע מענטשן, מיט וועלכע ער פירט א געמיטלעכן שמועס, -- הײַנט- צײַטיקע, גרויסשטאָטיש-געשליפענע מענטשן. פון ודעם פריערדיקן פראָיקע שוסטער-יונג זײַי נען עפּשער פארבליבן בלויז גראָבלעכע ווערטער, װאָס ער האקט ארײַן פון מאָל צו מאָל אין געשפּרעך. אָבער אויך די גראָבע רייד זאָגט ער מיט אזא גוטמוטיקן טאָן, אז מע קען עס אָפּטראָגן גיכער אפן כעזשבן פון הומאָר.
לײַטיש, גאָר לײַטיש.
לאָזט זיך אויס, אז קעדיי זיך אויסצומענטשלען, דארף מען האָבן ניט דאפקע ניקאָללי ניקאָלײַעװיטשן, ייַמאך שמוי וועזיכרוי...
3
סארא דינע ווענטלעך אין די הײַנטיקע דירעס, מע הערט דעם מינדסטן שאָרך פונעם שכיינעסדיקן צימער.
עפראָיִם סאנדלער האָט זיך געלאָזט איבעריידן און איז פון האָטעל אריבער אף די עט- לעכע געבליבענע טעג צום שוועסטערקינד. נעכטן האָט ער געהאט א שװערן טאָג אפן זא- װאָד, און דערצו נאָך האָט ער אין אָװונט געהאלטן אן אינסטרוקטיוון פאָרטראָג פאר די זאװאָ- דישע אינזשעניערן. דער אָװנט מיט די צאָלרײַכע פראגן האָט זיך פארצויגן שפּעט. הײַנט האָט ער געװאָלט זיך גוט אױיסשלאָפן, נאָר גי שלאָף, אז פון שכיינעסדיקן צימער דערטראָגט זיך א מאָנאָטאָנער מורמל. ס'איז די שטים פון איזין, נאָר פון צײַט צו צײַט מישט זיך ארײַן א מיידלשע שטים, װאָס פרעגט עפּעס איבער, דיסקוטירט. מיילע, איז דאָס נאָך א האלבע צאָרע, נאָר אָט רײַטן זיך איבער די שטימען און עס אנטשטייט א פארטײַעטע, פילבאדליטנ- דיקע שטילקײַט..,
דער טײַװל, װי זיי קושן זיך עס געשמאק. עפראָיִם סאנדלער גראָבט אײַן דעם קאָפּ אין קישן, קעדיי ניט צו הערן די שטילקײַט. ענדלעך דערווארט ער זיך, עס הייבט זיך װידער אָן דאָס מאָנאָטאָנע מורמלען. נאָר ניט אף לאנג. װידער די שטילקײַט, װאָס קערט אויס די נעשאָמע.
װאָס רעגסטו זיך אזוי אוף? דערמאָן זיך, דו האָסט אויך אמאָל זיך געגרייט צו עקזאמע- נעס אף אזא אויפן. עמעס, ער איז דעמלט געווען עלטער (שוין נאָכן פראָנט). דער רעזול-
2
טאט איז געווען: פארלאָרן די סטיפּענדיע אף א האלב יאָר און געקראָגן א װײַב אפן גאנצן לעבן.
ס'איז אן אייביקער פילם, אָן אן אָנהײב און אָן א סאָף. אלץ איז שוין אין פילם בא" װוּסט, נאָר יעדן איינעם איז באשערט אים איבערצולעבץ פונדאָסנײַ. ער האָט שוין זײַנס אָפּי געפילמט, בא זיי איז דער פילם אין סאמע בל;ענדיקן אָנהײב. און מיט װאָס ער זאָל זיך ניט ענדיקן, װעט ער אלציינס פארבלײַבן אלס העלער זון-פלעק אין זייער לעבן.
ווידער א מורמלען, און דאן ווידער א פארטײַעטע שטילקײַט. ניין, ער װעט שוין ניט אײַנשלאָפן. ער שטייט אוף, גייט אין וואנע-צימער און וואשט זיך אײַן. דאן קומט ער צוריק אין צימער און טוט זיך אָן. דאָס אלץ מאכט ער שטיל, קעדיי ניט שטערן יענע, װאָס זײַנען ,פארנומען". די באלעבאטים זײַנען ניטאָ אין שטוב, זיי זײַנען אף דער ארבעט. נאָר אין קיך שטייט דער טיש א געגרייטער צום פרישטיק. ער ווארעמט אָן אף דער גאזיפּליטע דעם טשײַניק און נעמט זיך צום פרישטיק,
ווען ער האלט שוין באם ענדיקן, קומט אין קיך ארײַן איזי,
-- זעט, דיאדיא, איר זײַט שוין אופגעשטאנען. אבי מע האָט מיר אָנגעזאָגט, איך זאָל אײַך סערווירן דעם פרישטיק,
-- איך האָב ניט געװאָלט דיר שטערן. ביסט דאָך פארנומען, הא!
-- יאָ. אן עקזאמען.
-- ניט עקזאמען, נאָר איבערעקזאמענירונג. מע דארף יעדע זאך אָנרופן באם ריכטיקן נאָמען, -- זאָגט טרוקן עפראָיִם סאנדלער,
-- א גרויסע מײַסע... ניט אָפּגעגעבן צום סאָף פונעם לערניאָר, װעל איך אָפּגעבן צום אָנהײב. איך בין סײַװי אריבער אפן דריטן קורס.
-- ניט ,סײַװוי", נאָר באדינגלעך. אויב דו װעסט אָפּגעבן דעם עקזאמען.
-- פאָרמאליטעט. דעם עקזאמען װעל איך אָפּגעבן.
--- האלעווײַ. נאָר דײַן מעטאָד פון גרייטן זיך צו אן עקזאמען קאָן ניט רעקאָמענדירט זוערן. (,ביסט א גוטער צװוּיאק, דו, דאָקטאָר פון מאטעמאטישע וויסנשאפטן").
-- מיר האָבן אײַך אופגעוועקט? -- פרעגט אומשולדיק דער יונג און װערט אפילע ניט רויט. -- נו, װעלן מיר שטילער זײַן.
-- ס'מאכט ניט אויס. כ'האָב סײַווי שוין געדארפט אופשטיין. -- גי דערקלער דעם יונג, אז ניט דאָס מורמלען האָט אים געשטערט, נאָר דאפקע די שטילקײַט.--- אזא מעטאָד, -- זעצט פאָר דער דאָקטאָר פון מאטעמאטישע וויסנשאפטן, און איצטער איז ער שוין פולשטענדיק איבערצײַגט, אז ער איז אי א קרעטין, אי א צװוּיאק, -- איז דער בעסטער מעטאָד צו פאר- לירן די סטיפּענדיע!
-- אויך א דײַגע, -- גיט זאָרגלאָז א פײַף דער יונג,
פּראָיקע קאָלבױניקס זון... און ער, דער יאָלד, האָט געטראָפן מיט װאָס אים צו סטרא- שענען. אז דער יונג װעט פארלירן די סטיפּענדיע, װעט ער ניט האָבן װאָס צו עסן-טרינקען? און טאָמער װעט זיך אים פארװעלן א נײַע אימפּאָרטנע קורטקע, װעט די מאמע ניט קויפן אים?
--- איזי, ווייסט, װוי מע האָט אמאָל גערופן דײַן טאטן! פראָיקע קאָלבױניק!
--- ווי, װוי? -- פארינטערעסירט זיך דער יונג.
א שיינע מײַסע, דער מאָסקװער גאסט דארף דערקלערן דעם ווילנער פּלעמעניק, װאָס איז אזוינס קאָלבױניק. ער דערקלערט עס אים, װי ער קאָן, און זעט, אז דעם באָכער איז שטארק געפעלן, װאָס דער טאטע איז אמאָל געוועזן א קאָלבױניק.
-- און מיך האָט מען גערופן פראָיקע יאָלד, -- גיט טרויעריק צו עפראָלִם סאנדלער. דאָס באצאָלט ער זיך פארן קרעטין און פארן צװוּיאק. -- נו, איך װעל גיין. גיב איבער דײַנע על- טערן, אז הײַנט אָװנט װעל איך ניט קומען אהער. איך האָב אָפּנערעדט מיט עסטערן, מיט דײַן מומען, אז איך װעל קומען צו איר. עפשער װעלן זיי אויך קומען אהין?
-- הײַנט? דאָנערשטיק? ניין. דאָנערשטיק איז בא מײַן פאָטער א הייליקער טאָג. ער שפּילט פּרעפעראנס. עס קומט דער דירעקטאָר, דער הויפּט-אינזשעניער און נאָך אזעלכע געהויבענע לײַט. און איר? איר שפּילט פּרעפעראנס?
-- ניין, -- בורטשעט ארויס דער דאָקטאָר פון מאטעמאטישע ויסנשאפטן. עפראָיִם סאנדלער קען שװערן, אז דער יונג קוקט אף אים אראָפּ פון זײַן מעלעך-האבאָשנ- דיקער הייך מיט איראָניע און מיטלײיד.
3
4
עפראָיִם סאנדלערס ארבעט אפן זאװאָד גייט שוין צו ענדע. מאָרגן דארף ער ארײַנגײן אף א פּאָר שאָ אין צענטראלן עלעקטראָנעם בארעכן-צענטער, און אין אָװנט פאָרט ער אָפּ אהיים. נאָר הײַנט אָװנט דארף ער זיך טרעפן מיט עסטערקען, וועלכע האָט שוין אָפּגערעמאָנטירט איר דירע און ווארט אף אים.
עסטערקע װוינט אין אלטישטאָט. דער אדרעס פירט אים ארײַן אינעם געפּלאָנטער פון שמאָלע, װוי שטיינערנע קאָרידאָרן, געסלעך, אָנגעפּיקעװעטע מיט גרויסע גראָב-יבײַכיקע הלי- זער, װו"ניט-װווּ דורכגעלעכערטע מיט פינצטערע טױיערן. אמאָל, קענטיק, זײַנען די טויערן געווען פארשלאָסענע און אָפּגעהיטע יעדער איינער פון זײַן באלעבאַס. הײַנט שטייען זי אָפּענע און זײַנען ענלעך אף אָנציינערדיקע מײַלער, װאָס עמעצער האָט געעפנט אין א קאָנװוּלסיוון גענעץ און פארגעסן צו פארמאכן.
עפראָלם סאנדלער גייט דורך די ענגע געסלעך און קלערט װעגן עסטערקען.
ער האָט זיך דעמלט שטארק, גאָר שטארק באפרײַנדעט מיט איר. ,דרייסטע אקשנטע",-- האָט ער זיך גערייצט מיט איר, בייס זי האָט יעדע מינוט געפאָדערט פון אים, ער זאָל זי לערנען רוסיש. אינדערעמעסן האָט ער פארשטאנען, אז די זשעדנעקײַט, מיט וועלכער זי כא- זערט די רוסישע װוערטער, איז מער װי אקשאָנעס. דאָס איז געווען א שטרעבן זיך ארײַנצו- טאָן אין נײַעם בעסערן לעבן. א שטרעבן, וועלכן ס'האָט אופגעוועקט עפשער טאקע ער, דאָס מאָסקװער שוועסטערקינד. דאָס יונגע פרישע מיידל איז געווען א פלײַסיקע שילערן. אפילע באגינען, בייס זי פלעגט א באָרװעסע ארויסלויפן אין גאָרטן צו זאמלען גרינס פארן פריש- טיק, פלעגט ער מיטגיין מיט איר. זי האָט מיט א שטיפערישער כײנעװדיקײַט געקליבן די אוגערקעס, געצויגן פון דר'ערד די מערן, געריסן פון די קוסטעס די אגרעסן, די טריסקאוו- קעס און געמאָנט פון אים: , און דאָס װי הייסט אף רוסיש? און דאָס!". אן אָנגעשטעקטער פון איר פרײילעכקײַט, האָט ער געטײַטלט אף אירע באָרװעסע, מיט מאָרגנטױ באשפּריצטע, פיס, אף אירע קני, אף אירע היפטן, אף איר שטײַף ארומגעכאפּטע מיט א ציצן-קלייד ברוסט און געכאזערט איר, וי מ'רופט עס אף רוסיש. ס'איז געווען א מעכײַעדיק לערנען.
די מומע האָט געקװועלט פון נאכעס. ,אייגן בלוט", -- האָט זי געמורמלט, שטריקנדיק א זאָק און קוקנדיק, װי די ביידע טוליען זיך איינס צום אנדערן.
דער סטודענט האָט אינערלעך געשמייכלט. דאָס ,אייגן בלוט" האָט דאפקע אים אָפּגע- האלטן, גערופן צו באדאכטקליט. אין די מאָסקװער באדינגונגען, מיט א מאָסקװער מיידל װאָלט א צענטכיילעק פון דעם געפיל, װאָס האָט זיי ביידן באהערשט, געקלעקט, ס'זאָל אופלאקערן א פײַער. אין דעם קליינעם ליטװישן שטעטל איז עס געווען אנדערש. דאָ, אונטער די סטרע- כעס פון די אלטע בוידעמער, אין די שפּאלטן פון די פארשווארצטע בערווענעס זײַנען געלעגן די שאָטנס פון צנועסדיקע באָבעס און עלטער-באָבעס, װאָס האָבן װאָרענענדיק געהויבן זייע- רע ביינערדיקע פינגער און געזאָגט: שא, קינדער, פארגעסט זיך ניט! אז די הייסע נאָענטקײַט איז שוין געווען ניט מער אריבערצוטראָגן, פלעגט דער סטודענט זיך אָפּרוקן פונעם מיידל און מיט א פּלוצעם הייזעריק געװאָרענער שטים זאָגן;
-- נו, גענוג, עסטערקע. ס'וועט דיר זיך שוין אלץ פּלאָנטערן אין קאָפּ. זינג בעסער עפּעס.
עסטערקע האָט געהאט א גוטע שטים און געקענט א סאך ייִדישע לידער. דער מאָסקװער גאסט האָט ליב געהאט זי צו הערן, און בייס זי האָט שטיפעריש-פריילעך געזונגען וועגן דעם מיידל, װאָס זוכט מארגאריטקעס אין וואלד, האָט זיך אים געדוכט, אז דאָס האָט ער, דער מאָסקװער סטודענט, געפונען , די ווילדע מארגאריטקע אין וואלד". די דאָזיקע ליד האָט נאָך שפּעטער, אין מאָסקװע, געקלונגען אין זײַנע אויערן, װעקנדיק א זיסע בענקשאפט. פארן אָפּפאָרן האָט ער אָפּגערעדט מיט איר, אז זיי װעלן זיך איבערשרײַבן און ער װעט פּרוּוון זי ארויסשלעפּן קיין מאָסקװע, זי זאָל זיך דערשלאָגן צו עפּעס א טאכלעס. װער וייסט, וי װאָלטן זיך אנטוויקלט זייערע באציונגען, וען ניט די מילכאָמע.
די טיר האָט געעפנט עסטערקע. אין שטוב האָט געשמעקט מיט פארב און פרישן קאלך. ס'איז געווען א ליכטיקע, געראמע דירע. לוט די פינצטערע טרעפּ האָט עפראָיִם סאנדלער גאָרניט געריכט זיך, אז די דירע װעט זײַן אזא זויבערע און געמיטלעכע.
-- ביסט א ביסל צו פרי געקומען. זעסט, כ'האָב נאָך ניט אינגאנצן פארענדיקט אופרא- מען, -- האָט זי געזאָגט נאָך די ערשטע אכן" און ,אָכן" פון דער באגעגעניש.
-- ס'מאכט ניט אויס, ס'מאכט ניט אויס.. לאָמיר דיך אָקאָרשט באקוקן.
זי האָט אראָפּגעריסן דאָס טיכל, מיט וועלכן זי האָט געהאט פארבונדן דעם קאָפּ, אראָפּי געװאָרפן דאָס שמוציקע כאלאטל און דערשינען פאר אים א שײַנענדיקע, א פולבלעך גע-
4
װאָרענע, מיטן זעלבן כיינעוודיקן פּאָנעם און די אויגן אויך די זעלבע -- פריילעך-דרייסטע און ארויסרופערישע.
-- פליַן, פליַן, גאָר פײַן, -- האָט ער געזאָגט, סטארענדיק זיך ניט צו באמערקן די דינע קנייטשעלעך אפן פּאָנעם און דעם ערשטן זילבער, װאָס האָט דורכגעפלאָסן אין די גלאטע שווארצע האָר. -- די עמעסע עסטער-האמאלקע. כ'האָב דאָך דעמלט אזוי דיך גערופן, גע- דענקסט? נאָר דעמלט ביסטו געווען א קאנדידאטקע אף עסטעריהאמאלקע, איצטער ביסטו די עמעסע עסטער-האמאלקע.
-- גיי שוין, גיי... אן אלטע ייִדענע.---אירע צוויי שווארצע ברעמען האָבן זיך אויס- געגלײַכט אין איין שטרענגער ליניע און איר פּאָנעם איז געװאָרן ערנסט. מיט אזא פּאָנעם, מיסטאמע, בארויקט זי די קאפּריזנע קראנקע אין איר פּאלאטע. --- טיי? קאװוע?! װאָס טרינקסטו?
-- מע דארף קיין זאך ניט. דערצייל וועגן זיך.
--- פונדעסטוועגן װעל איך װאָס צושטעלן. דערציילן וועגן זיך? אוואדע װעל איך דער- ציילן. ביסט דאָך דער , מאָסקװער סטודענט". מײַן ערשטער לערער פונעם נײַעם אלעפבייס. מיינסט, איך געדענק ניט! --איר געלעכטער איז געװען קלינגענדיק, װי אמאָל,
מיט איין פוס אין קיך, מיט איין פוס אין צימער, האָט זי אים אלץ דערציילט. זי האָט א מאן, צוויי קינדער, א ייַנגל און א מיידל. דער זון ענדיקט איבעראיאָר דעם בוי-אינסטיטוט, איצטער איז ער אף פּראקטיק. דאָס מיידל איז אפן צווייטן קורס פון מעדיצין-אינסטיטוט, זי איז אוועקגעפאָרן מיט אירע מיטשילער אף אן עקסקורסיע. ביידע געראָטענע קינדער, האלע- װײַ אף אלע מאמעס געזאָגט געװאָרן... זיי רעדט מיט באגײַסטערונג וועגן די א דאכט זיך, זי װועט קיינמאָל ניט מיד ווערן צו ריידן וועגן זיי,
-- נו, און דער מאן? -- פרעגט פאָרזיכטיק דער גאסט,
איצטער איז איר טאָן מער אײַנגעהאלטן. דער מאן איז א האָרעפּאשניק, דורכגעמאכט א שווער לעבן, געווען אי אין געטאָ אי אין דײַטשישן לאגער. ער איז א פּאָשעטער שלאָסער, נאָר ער האָט זיך ארופגעארבעט, פארנעמט איצטער די שטעלע פון הויפּט-מעכאניקער אף זײַן זאװאָד, א טיכטיקער ארבעטסזאמער מענטש, א טרײַער פאָטער און מאן. איצט איז ער אין אורלויב, האָט זי טאקע אויסגענוצט עס און געמאכט רעמאָנט. דער מאן דארף ניט וויסן פון אזעלכע זאכן, ער האָרעװעט גענוג שווער. אז ער װעט קומען, װעט שוין אלץ זײַן פארטיק.
עסטערקע פארענדיקט איר דערציילונג מיט א לײַכטן שמייכל אף די ליפּן און נעמט זיך אָנגיסן טיי. איר פּאָנעם איז צערויטלט, אין די שווארצע אויגן -- א רויַק פלעמעלע,
זי האָט געענדיקט דערציילן, נאָר עפראָיִם סאנדלערן דאכט זיך, אז עפּעס װאָס פעלט, נאָר װאָס עס פעלט, ווייסט ער אליין ניט,
-- עסטערקע, ביסט גליקלעך? -- פרעגט ער סאָפקאָלסאָף,
עסטערקעס אויגן ציטערן אוף אף א װײַלע, װי עס ציטערט אוף דאָס גלאטע וואסער, ווען עס טראָגט זיך אדורך א פריש ווינטל. נאָר אז זי ענטפערט, זײַנען זיי שוין ווידער רויַק און די ברעמען ציִען זיך אויס אין א גלײַכער ליניע.
-- װאָס איז גליק? דאָס איז אזוי וי געזונט. אז מע שפּירט עס ניט, איז א סימען, אז ס'איז דאָ.
-- עפּעס צו טרוקן. צו... ליטוויש. -- ער דערמאָנט זיך די באָבעס און עלטער-באָבעס, װאָס האָבן אמאָל, אין ליטװישן שטעטל, זיי געדראָעט מיט זייערע ביינערדיקע פינגער. װאָלט זי דעמלט אויך אזוי דעפינירט דאָס װאָרט ,גליק"?
-- װאָס? ניט מאָדערן! קליײינשטעטלדיק! ווייסט, וי מ'האָט דיך אמאָל גערופן בא אונדז אין שטעטל?-- מערקווירדיק, װאָס אירע געדאנקען זײַנען אויך אריבערגעשפּרונגען צום קליינעם שטעטל.---מ'האָט דיך גערופן ,ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטשעס מאמזער"".
-- אָט האָסטו דיר א מײַסע! אזוי האָט מען מיך פײַנט געהאט!
-- אזוי האָט דיך אָנגערופן אבראשע. געדענקסט אים?! ער איז געווען א ביסל אין מיר.. נו, וי זאָגט מען עס?
-- א ביסל אין דיר... נו, װי זאָגט מען עס... בין איך אויך געווען.
-- פּאילאָדזשים, -- ציט אויס עסטערקע, און אירע אויגן קוקן פרעך אף עפראָיִם סאנד- לערן. -- דו ביסט געווען ניט א ביסל, נאָר א ס-א-איך.
-- נו, נאָך דרײַסיק יאָר קען מען זיך מוידע זײַן אין א פארברעכן, -- שמייכלט עפראָיִם סאנדלער,
א דינער טרויער, װי א דורכזיכטיקער נעפּל אפן טײַך נאָך א הייסן זומער-טאָג, כאפּט פּלוצעם ארום עפראָיִם סאנדלערן. אזוינס מיסטאמע פילט יעדער מענטש, ווען ער טרעפט זיך אף דער עלטער מיט א ניט-פארווירקלעכטן טרוים פון דער יוגנט.
פפּ
-- נו, דערצייל וועגן זיך. -- עסטערקע האָט מאשמאָעס אופגעכאפּט דעם ניואנס אין זײַן שטימונג, און עפראָיִם סאנדלער איז איר דאנקבאר, װאָס זי רײַסט אים אָפּ פון יענע געדאנקען.
ער דערציילט וועגן זיך, וועגן זײַן ארבעט, וועגן זײַן פרוי און די צוויי טעכטער, װאָס ער האָט. וועגן די טעכטער רעדט ער אויספירלעך און מיט האנאָע. ביידע שוין געענדיקטע, איינע א ב;אָלאָג, די אנדערע א פיזיקער. די עלטערע האָט פאראיאָרן כאסענע געהאט און לעבט באזונדער.
-- ווייסט, עסטערקע, -- פארענדיקט ער מיט א שעמעודיקן שמייכל, --זי קלײַבט זיך מיך מאכן פאר א זיידן. אָטיאָט דארף עס געשען. דערפאר ציט עס מיך שוין אזוי אהיים,
-- מײַן װיקטאָר װעט מיך אויך ניט לאָזן לאנג ווארטן. ער איז אװועקגעפאָרן אף פּראק- טיק מיט זײַן ליובינקען. -- אין איר שטים קלינגט א נאָטקע פון טרויער, נאָר זי פארענדיקט מיט א פריילעכן רייצן זיך: --- און דו, נארעלע, פרעגסט וועגן גליק..,
יאָ, א נארישע פראגע. עפראָיִם סאנדלער הייבט זיך אוף און גייט צו צום אָפענעם פענצ- טער, קעדיי צו כאפּן א ביסל פרישע לופט. דאָס פענצטער גייט ארויס אף אן ענגן הויף, פארפלאסטערט און באבויט מיט סקלאדן און סקלאדעלעך. דער טאָג איז געווען א הייסער, און די אָנגעגליטע שטיינער פונעם ענגן הויף גיבן איצטער אָפּ די היץ. ס'איז דושנע, און אין דער דירע שטייט נאָך אויכעט דער רייעך פון רעמאָנט, ו
-- ווייסט, עסטערקע, װאָלסט דאָ ניט געדארפט נעכטיקן הײַנט. ס'איז דאָ צו דושנע די לופט,
-- איך קלער אויך אזוי. איך װעל הײַנט נעכטיקן באם ברודער. דו נעכטיקסט דאָך אויך דאָרט. װעלן מיר ביידע גיין צוזאמען.
אפן אנדערן טאָג איז שוין עפראָיִם סאנדלער געזעסן אין מאָסקװער צוג. אָקאָרשט האָט ער זיך אפן פּעראָן געזעגנט מיט זײַנע קרויווים. געזעגנט זיך ווארעם און הארציק, צוגע- זאָגט זיך איבערשרײַבן, באזוכן. איצטער קלערט ער װעגן מאָסקװע. יעדער קלאפּ פון די רעדער דערנעענטערט אים צו זײַן היים, צו זײַן ארבעט. און פּלוצעם גיט אים א קלאפ אין קאָפּ דאָס, װאָס ער האָט נעכטן געהערט פון עסטערקען: ,ניקאָלײַ ניקאָלײַעװיטשעס מאמ- זער". א שמייכל פון פארשטענדעניש באװײַזט זיך אף זײַנע ליפּן. דעמלט, אין דעם שטעטל, װאָס האָט ערשט געהאלטן אין אופכאפּן זיך פון זײַן דוירעסלאנגן שלאָף, איז ער װוירקלעך געווען א ,װײַסע װאָראָנע?. הײַנט זײַנען די, מיט וועמען ער האָט זיך אָקאָרשט געזעגנט אפן פּעראָן, אויך ,װײַסע װאָראָנעס". מאמזיירים? ניין. קינדער פון דער נײַער עפּאָכע, פון נײַעם לעבן.
ביכעריגר אפיק
אין דער הײימשטאָט
בלעטלעך פון א טאָגבוךר
.= ו
יל װ =
א
ש.:ם. 2 בי
2 א
28
7 4
0 אווגוסט 560
צו ריווקע רובינס בוך ,עס שפּינט צו טעװיע גענס בוך יאונדזערע זיך א פאָדעם". צייכענונג פון מ. אק- צײַטן". קינסטלער ג. פּערקעל סעלראָד
6
דל אל רעה
אין וואנאָן
ין וואגאָן זײַנען זיי ארײַנגעגאנגען אף דער סטאנציע טאָמילינאָ. זי האָט פארנו- מען דאָס פרײַע אָרט לעבן מיר, ער ---אנטקעגן. באם פענצטער קעגן מיר האָט
געדרעמלט מיט פארמאכטע אויגן א מיידל, און לעבן.איר האָט זיך פארטיפט אין א ביכל אן עלטערע פרוי,
וי נאָר דער צוג האָט גערירט, האָבן די ארײַנגעקומענע זיך דורכגעװאָרפן מיט עטלעכע ווערטער, און ס'איז באלד קלאָר געװאָרן, אז זיי זײַנען מאן-און-װײַב. פון די עטלעכע ווער- טער, געזאָגטע אף רוסיש, איז מיר אויך קלאָר געװאָרן, אז ער איז א ייִד. פאראן אזעלכע-- א גאנץ לעבן האָט מען אָפּגעלעבט אין מאָסקװע, צי הינטער מאָסקװע, אף דער ארבעט, מיט די שכיינים, מיט די שטוביקע רעדט מען א גאנץ לעבן רוסיש, און בלויז רוסיש, נאָר די אינטאָנאציעס, דעם נוסעך פון בערדיטשעווער אָדער זװעניגאָראָדקער ייִדיש האָט מען ניט אָנגעװוירן. גענוג עטלעכע װוערטער פון אזא איינעם, און ס'איז קלאָר, פונוואנעט ער שטאמט,
מע האָט געזען -- דער מענטש האָט שוין אריבערגעשפּאנט די שישים, כאָטש די האָר אפן קאָפּ זײַנען נאָך געווען גענוג געדיכט און שווארץ --בלויז בא די שלייפן עטװאָס צוגעגרויט, און אין זײַן גאנצער געזעצטער פיגור, אין די ברייטלעכע אקסלען האָט ער נאָך פארמאָגט גענוג ניט אױיסגעשעפּטן קויעך. די פרוי זײַנע, א הויכע, שוין היפּש פולבלעך, אָבער נאָך גענוג שטאלטנע, מיט א ניט גרויסער, עטװאָס ארוף-צו פאריסענער נאָז, האָט געהאט דעם אויסזען פון אן עכט רוסישער דאמע, זי האָט גערעדט א פּײַנעם רוסיש מיטן קװועטש אפן ,א", װי א געבוירענע מאָסקװער. אין די הענט האָט זי געהאלטן א לעדערן קוישל, פון די, װאָס א גוטע באלעבאָסטע האָט מיט זיך אומעטום, װוּהין זי זאָל ניט גיין אָדער פאָרן.
דער מאן איז א לענגערע װײַלע געזעסן שטיל, דערנאָך א קוק געטאָן אף די מענטשן אין וואגאָן, און אים איז, קענטיק, געװאָרן לאנגװײַליק. מיט א מאָנענדיקן זשעסט האָט ער דער פרוי א װײַז געטאָן אף איר קוישל, און דאָ איז צװישן מאן-און-װײַב פאָרגעקומען א שטומער דיֵאלאָג, וועלכן איך האָב, ניט ווילנדיק, פון א זײַט צוגעזען. ער האָט געבעטן פון קוישל אים עפּעס דערלאנגען. אירע העל-גרויע אויגן האָבן מיט א שטומען בליק געפרעגט: ,עפשער ניט קעדײַ!* ,עס מאכט ניט, דערלאנג!"--האָט ער מיט זײַנע אויגן, גרויסע, בלאָװו- לעך-שווארצע, וי צוויי פארטיקע פלוימען, געמאָנט.
אירע אויגן, די העל-גרויע: , און עפשער װועסטו זיך באגיין?"
זײַנע, די שווארצע: ,, מאך ניט קיין שיִעס, דערלאנג!"
אָן איבעריקן כיישעק האָט די פרוי געעפנט דאָס קוישל, זיך א גריבל געטאָן אין דעם, ארויסגענומען א זאָרגזאם אײַנגעװיקלטן אין גרינע פּאָליעטילען-טאָוולען היפּשלעכן בוך און איבערגעגעבן דעם מאן. יענער האָט דעם בוך א כאפּ געטאָן, װי מוירע האָבנדיק, זי זאָל ניט כאראָטע האָבן, מיט קענטיקן פארגעניגן אים פאנאנדערגעעפנט, אומגעדולדיק א בלעטער געטאָן, געפונען דאָס אָרט, װוּ ער האָט פריִער זיך אָפּגעשטעלט, און זיך פארטיפט אין לייע- נען,
איך האָב געקוקט אין פענצטער. די פארבײַיאָגנדיקע נאָענטע לאָנקעס, די װײַטלעכע וועלדלעך, די סעדער ארום די דאטשעס--אלץ האָט שעמערירט מיט דער ערשטער פרי- שער, נאָרװאָס אױסגעפּיקטער גרינקײַט. אָט דאָ, אָט דאָרט, אף די פעלדער און גערטענער האָבן זיך געשלענגלט שמאָלע סטעזשקעס און פארלוירן געגאנגען ערגעץ אין דער װײַט. זװוּיניטיװוּ האָט קעגן דער זון פון צװוישן דורכויסיקער גרינקײַט ארויסגעבליאסקעט א רי- טשקע, א טײַכל...
אָנגעזאפּט דאָס אויג מיטן פרילינגדיקן דרויסן, האָב איך װידער א קוק געטאָן אין ווא- גאָן. דאָס מיידל אנטקעגן מיר האָט נאָך אלץ געהאלטן די אויגן צוגעמאכט. א פארוויגטע מיטן ריטמישן גאנג פונעם וואגאָן, איז זי פּאָשעט געשלאָפן, און איר גאנצער אויסזען האָט
7
געהאט צו זאָגן: איר קאָנט קוקן אף מיר, אויב איר ווילט, איר קאָנט ניט קוקן, אָבער לאָזט מיך צורו, איך וויל שלאָפן... אירע פארמאכטע אױיגן-לעפּלעך זײַנען געווען בלוילעך צוגע- פארבט, די געשלאָסענע װיִעס -- לאנג און שווארץ. די בלאָנד געפארבטע האָר מיט א שרונט אינמיטן זײַנען פון ביידע זײַטן איר געפאלן איבער די אקסל. דאָס לײַכטע מינייקלייד האָט אנטבלויזט אירע פיס,. שטאלטנע, זוניק אָפּגעברױנטע העכער פון די קני, און דער טיפער אויסשניט האָט אנטפּלעקט פון פאָרנט דעם גאנצן אייבערשטן טייל פונעם הויכן האלדז ביז דער איידעלער פארטיפונג באם אָנהײיב פון די בריסט. קוקנדיק אף אָט דער שלאָפנדיקער שײנהײַט, האָב איך געטראכט, אז אזא, וי זי, מעג טראָגן מיני, װײַל, מעגלעך, איינע פון די גרעסטע אוויירעס אף דער וועלט איז אויסבאהאלטן עכטע שיינקײט.
דער ייד אנטקעגן האָט גאָרניט געזען. ער האָט גיך געפירט מיט די אויגן איבער די שורעס, און זײַנע גראָבלעכע ליפּן זײַנען דערבײַ די גאנצע צײַט געווען שמייכלענדיק פא- נאנדערגעצויגן. אָט װערט ער ניט אף א װײַלע, דעך שמייכל, די ליפּן ציִען זיך מיט אן ערנסטער מינע צונויף, װוי אף צו זאָגן: , אײַיאײַיאײַ". און אָט צעציען זיי זיך ווידער נאָך ברייטער, וי פריִער. ער האָט האסטיק אופגעמישט יעדער נײַ זײַטל, װי װעלנדיק גיכער דערוויסן זיך, װאָס עס װועט זײַן װײַטער.
מיר האָט פארשאפן האנאָע צוצוזען דעם פארגעניגן פון דעם דאָזיקן מענטשן. מיטאמאָל האָט זיך מיר געװאָרפן אין די אויגן -- צוערשט האָב איך עס ניט באמערקט, --אז לייענענ- דיק, פירט ער מיט די אויגן פון רעכטס אף לינקס. בייס ער האָט איבערגעמישט א נײַ בלעטל, האָב איך זיך איבערצײַגט--ער לייענט א ייַדישן בוך. מיר האָט זיך, נאטירלעך, גלײַך פארװאָלט וויסן -- װאָס איז דאָס פאר א בוך, װועמעס. א פרעג טאָן? נאָר װי שלאָגט מען איבער א מענטשן דאָס לייענען? און װי ווענדט מען עס זיך פּלוצעם אומבאקענטערהייט? מאלע װאָס א מענטש לייענט. איבעריקנס, האָב איך א טראכט געטאָן, ביז דער צוג װעט קומען אפן אָרט, װעל איך נאָך באװײַזן ווייניט-איז צו דערוויסן זיך.
כ'האָב זיך ווידער פארקוקט אין פענצטער. די גאנצע צײַט האָב איך שוין אָבער גע- טראכט: װאָס זשע פונדעסטוועגן פאר א בוך לייענט עס אזוי געשמאק אָט דער טאָמילינער ייָד! וועמען פון מײַנע פּען-כאוויירים, ייִדישע שרײַבער, דארף איך דערוף מעקאנע זײַן? עפשער שמועל גאָרדאָנען! זייער מעגלעך. זײַנע דערציילונגען וועגן די ייִדישע שטעטלעך, וי זיי זעען אויס נאָך דער מילכאָמע, קענען האָבן אן אינטערעס פאר אָט דעם ייַדן. געװויס שטאמט ער פון א דעראזשנע צי פון א מעדזשיבאָזש, ניט געווען שוין דאָרט די פײַנע עט- לעכע צענדליק יאָר, זינט ער איז אװעקגעפאָרן פון דאָרט, און אים איז ציקאווע צו וויסן, װיַאזוי זעט אויס זײַן שטעטעלע הײַנט. און עפשער איז עס אן אנדערער פון די ייַדישע שרײַבער, װאָס זייערע ביכער זײַנען דערשינען דאָ ניט לאנג.
מיט יעדער נײַער סטאנציע איז דער וואגאָן געװאָרן פולער. װוּ צו זעצן זיך איז שוין ניט געווען, און מע איז געשטאנען ענג צונויפגעשפּארט אין דורכגאנג. א הויכע, ניט זייער יונגע שווארצכיינעוודיקע פרוי האָט מען צוגעשפּארט צום סאמע ראנד פון דער באנק, אֹף וועלכער דער ייַד פון טאָמילינאָ האָט אזוי געשמאק געליענט. זי האָט איבער זײַן קאָפּ אראָפּגעלאָזט א גלײַכגילטיקן בליק אף די בלעטלעך פונעם בוך, און מיטאמאָל האָט אין אירע לענגלעך-שווארצע אויגן זיך אָנגעצונדן א באזונדער מין אינטערעס. זי האָט אפילע זיך צוגעבויגן, באטראכטנדיק דעם שריפט, וועלכער האָט איר, קענטיק, עפּעס דערמאָנט. שפּעטער האָט זיך באפרײַט דאָס עקסטע אָרט אף אונדזער באנק לעבן דער פרוי פונעם ייִדן, די הויכע האָט דאָס אָרט פארנומען. זי האָט מיט אינטערעס א קוק געטאָן אפן לייענער און זיך וועגן עפּעס פארטראכט,
איך האָב געווארט, דער ייַד זאָל כאָטשבי אף א װײַלע איבערײַסן דאָס לייענען, װאָלט איך בא אים א פרעג געטאָן, װאָס האָט אים אזוי פארכאפּט. ער האָט אָבער געמישט א בלעטל נאָך א בלעטל, וי מוירע האָבנדיק, מע זאָל אים ניט שטערן צו פארענדיקן. די פרוי זײַנע האָט פון מאָל צו מאָל געװאָרפן אף אים א שמייכלענדיקן בליק. ,זע, װי ער האָט זיך עס צוגעכאפּט א ביסל!". ענדלעך האָט דער מאן אירער פארענדיקט לייענען. מיט קענטיקן באדויערן האָט ער פארמאכט די גרינע פּאָליַעטילען-טאָװלען, זיי פון ביידע זײַטן א גלעט געטאָן און דערלאנגט דער פרוי. ,נא!"--האָט ער איר א זאָג געטאָן מיט אזא מינע, װי ער זאָל איר איבערגעבן אן אויצער.
אין פענצטער האָבן שוין ארײַנגעקוקט די געבײַען פונעם קאזאנער װאָקזאל. דער אוילעם האָט זיך אופגעהויבן, גענומען רוקן זיך צום ארויסגאנג. אויך די אופגעוואכטע שײנהײַט, װאָס איז אנטקעגן מיר געשמאק אָפּגעשלאָפן דעם גאנצן װעג, האָט זיך אופגעהויבן און דורכגעגאנגען פאָרויס. אף אונדזערע צוויי בענק זײַנען מיר פארבליבן אינדרײַען-- איך,
98
דער טאָמילינער ייִד און זײַן פרוי. מיר האָבן זיך ניט געײַלט. צו װאָס די שטופּעניש? מע וועט באװליזן,
-- זײַט מויכל, -- האָב איך זיך אָנגערופן צום ייַדן, --זאָגט מיר, איך בעט אײַך, װאָס האָט איר מיט אזא אינטערעס געלייענט?
זײַנע אויגן, גרויסע, בלאָוולעך-שווארצע, װי פארטיקע פלוימען, האָבן מיט כידעש זיך אָנגעשטעלט אף מיר. פונוואנעט האָב איך זיך פּלוצעם גענומען? פארטיפט אין לייענען, האָט ער מיך פריִער, װײַזט אויס, אינגאנצן ניט באמערקט. און דאָ נאָך אָט די פראגע אף מאמע- לאָשן. נאָר אין די אויגן בא אים האָט באלד זיך באוויזן א פרײַנטלעכער שמייבל.
-- שאָלעם-אלייכעם!-- האָט ער א זאָג געטאָן,
-- אלייכעם שאָלעם!-- האָב איך געענטפערט און איבערגעכאזערט מײַן פראגע: -- מיך אינטערעסירט צו וויסן, װאָס האָט איר דעם גאנצן וועג אזוי געשמאק געלייענט.
-- איר האָט דען געזען?
-- וי זשע.
-- זאָג איך דאָך אײַך -- שאָלעם-אלייכעם,
ערשט איצט איז צו מיר דערגאנגען,
-- האָט איר, הייסט עס, געלייענט שאָלעם-אלייכעמען?
-- נו, יאָ.
-- װאָס?
-- דעם ,פארקישעפטן שנײַדער",
-- און ווי?
-- איר פרעגט נאָך! מע קאָן דאָך פּלאצן פון געלעכטער..
ניט אומזיסט זײַנען די ליפּן בא אים די גאנצע צײַט געװען אזוי נאכעסדיק צעצויגן.
-- איר האָט עס געלייענט צום ערשטן מאָל?
-- צום ערשטן?! שוין אוואדע צום צוואנציקסטן? נאָר וויפל מע לייענט אים ניט, װוילט זיך לייענען נאָך!
דעם ייִדנס פרוי -- זי איז געשטאנען פון פאָרנט, -- האָט, דערהערט אונדזער שמועס, זיך א קער געגעבן און א פרעג געטאָן; |
-- זע נאָר, ויַאזוי האָט איר אָבער איינס דאָס אנדערע דערקענט?
-- שאָלעם-אלייכעם האָט געהאָלפן, -- האָט געענטפערט איר מאן,
דער צוג האָט זיך אָפּגעשטעלט. די שפּארעניש אין דורכגאנג איז געװאָרן שטארקער. איבערווארטנדיק זי, האָבן מיר פאָרגעזעצט דעם שמועס.
-- אין מאָסקװע איז דאָ ניט לאנג געשטאָרבן אן אלטער ייָד, אונדזערער א פרײַנט, - האָט דערציילט מײַן נײַער באקאנטער, -- זײַנען בא אים פארבליבן א סאך ייִדישע ביכער.
-- הײַנטיקע אויך?
-- װאָס הייסט --- הײַנטיקע?
-- כ'מיין פון הײַנטיקע ייִדישע שרײַבער?
-- דאכט זיך, עפּעס יאָ, -- האָט געענטפערט מײַן מיטשפּרעכער, -- נאָר איך האָב גענו- מען שאָלעם-אלייכעמען,
-- און פון די הײַנטיקע האָט איר אויך עמעצן געלײיענט?
-- דעם עמעס זאָגן, ניט,
-- פארװאָס?
-- ס'האָט זיך ניט געמאכט.
-- און ,סאָװעטיש היימלאנד" לייענט איר?
די דאָזיקע פראגע האָב איך פארגעבן מיט א באזונדער מיין. ערשטנס, געװאָלט וויסן טאקע, צי לייענט דער ייד דעם זשורנאל. צווייטנס, האָב איך באשלאָסן: אויב ער לייענט, על איך אים א פרעג טאָן, װאָס עס איז אים דאָרט מער געפעלן? און טאָמער, װי א זאך מאכט זיך, ער װעט אָנרופן עפּעס מײַנס אויך, װעל איך פאר אים זיך פאָרשטעלן: , דאָס בין איך דער מעכאבער, לאָמיר זײַן באקאנט!" דאָס אלץ איז מיר אָבער ניט אויסגעקומען צו זאָגן, װײַל אף מײַן פראגע האָט דער ייִד געענטפערט אויך מיט א פראגע:
-- ,סאָװועטיש היימלאנד"?! װאָס איז עס?
-- א זשורנאל. א ייַדישער ליטערארישער זשורנאל,
-- הא, עפּעס האָב איך געהערט..,
-- בלויז געהערט?
-- ניין, כ'דערמאָן זיך, א פּאָר נומערן אפילע אמאָל געהאלטן אין האנט.
99
-- נו?
-- װאָס ,נו"? צו שאָלעם-אלייכעמען קומט עס ניט!
אין דורכגאנג איז שוין געװאָרן פרײַער, און מיר זײַנען אויך אהין ארויס--די פרוי פון פאָרנט, איך און איר מאן הינטער איר. זאָגן, אז פון זײַנע רייד איז מיר געװאָרן לײַכט אפן הארצן, קאָן איך ניט. נאָר איבעריקנס, קיין פאריבל האָב איך אף אים ניט געהאט. מיר איז באקאנט אָט די קאטעגאָריע לייענער -- די געשיכטע פון דער ייִדישער ליטעראטור האָט זיך אָפּגעשטעלט פאר זיי אף שאָלעם-אלייכעמען. אייגנטלעך, באשטייט זי פאר זיי בלויז טאקע פון איין שאָלעם-אלייכעמען. װאָס ביז, װאָס נאָך אים, ווייסן זיי ניט און װילן ניט וויסן, עס גייט זיי פּאָשעט ניט אָן. א גאנץ לעבן פארטאָן, פארהאָרעוועט יעדערער אף זײַן אָרט -- אין אנשטאלט, אף דער אונטערנעמונג צי אין א וויסנשאפטלעכער לאבאָראטאָריע, זײַנען די דאָזיקע מענטשן װײַט פון ליטעראטור ביכלאל, און אויך פון דער ייִדישער, עס קלעקט זי ניט דערוף ניט קיין צײַט, ניט קיין אינטערעס. און נאָר שאָלעם-יאלייכעם, װאָס מיט זײַן שאפונג האָט ער, װי א ריזיקער יאם, אריבערגעפלייצט אלע ברעגן, האָט דערי פּליעסקעט מיט זײַן לעבעדיקער כוואליע אויך צו זיי.
און נאָך אלעמען, האָב איך געטראכט, איז דער ייִד גערעכט אויך. , צו שאָלעם-אלייכע- מען, זאָגט ער, קומט עס ניט". און צי קענֶען דען, מיר, די הײַנטיקע, באהויפּטן, אז מיט דעם, װאָס מיר האָבן לעסאטע געשאפן, האָבן מיר דערגרייכט שאָלעם-אלייכעמס מאדרייגע פון ארײַנדרינגען אינעם פאָלקס-לעבן, פון ארויסברענגען אָט דאָס לעבן אין אזעלכע װערק, אז דאָס פאָלק זאָל זיך אין זיי מיט אלע פּישטשעװקעס דערקענען, אופכאפּן זיי, װי זײַנס, אייגנס, און צונויפגעוואקסן וערן מיט זיי אף דאָר-דױרעס, ניט אָפּצורײַסן.
העכער א האלבן יאָרהונדערט, האָב איך װײַטער געטראכט, איז שאָלעם-אלייכעם ניטאָ. און ס'איז שוין שיר ניט אױסגעראָטן געװאָרן דאָס פאָלק, װאָס האָטס געגעבן דער װעלט שאָלעם-אלייכעמען. און דאָך זיצט אָט א ייַד אין עלעקטראָצוג און לייענט צום צוואנציקסטן מאָל דעם ,פארקישעפטן שנײַדער".. קישעף, עמעסער קישעף!.
עמעס, האָב איך געקלערט, גייענדיק צום ארויסגאנג, שאָלעם-אלייכעם אליין זאָגט: האָדל האָט געלעבט אין האָדלס צײַטן, ביילקע -- אין ביילקעס. מיר לעבן אין אן אנדער צײַט. איז װאָס זשע?---האָב איך זיך אליין איבערגעשלאָגן מיט אן אנדער געדאנק.--דארפן מיר ווערן די שאָלעם-אלייכעמס פון אונדזער צײַט, אויב מיר ווילן, מע זאָל אונדז לייענען אזוי געשמאק אונטערוועגנס און ניט זאָגן אף אונדז: ,צו שאָלעם-אלייכעמען קומט עס ניט". עס דארף קומען!
פון וואגאָן זײַנען מיר ארויס די לעצטע. דער גאנצער פּעראָן איז געווען פארפלייצט מיט זון, מיט א בונטקאָליריקן, באוועגלעכן געמיש פון מאנצבלען, פרויען, קינדער, װאָס האָבן זיך ארויסגעשאָטן פון אונדזער צוג און פון א צווייטן, אן אנטקעגנדיקן.
-- פונוואנעט איז א ייַד?!--האָט, אָפּשטעלנדיק זיך אף א װײַלע, מיך א פרעג געטאָן מײַן נײַער באקאנטער.
-- דעם זומער לעב איך אין מאלאכאָווקע.
-- אין מאלאכאָווקע? -- האָט ער זיך פארכידעשט. -- איך קום אהין אָפט. פארװאָס האָב איך אײַך ניט געזען?
-- איך װוין דאָרט ניט לאנג, -- האָב איך געזאָגט און פון מײַן זײַט א פרעג געטאָן:-- איר האָט געוויס איניאָנים אין מאָסקװע?
-- װאָס פאר איניאָנים, -- האַט ער געענטפערט, --אז מע איז שוין אף פּענסיע. מיר האָבן דאָ א טאָכטער, זאָל לעבן, א פּײַנעם איידעם און צוויי וווילע אייניקלעך. דאָס פאָרן מיר צו זיי צוגאסט.
מיר האָבן זיך געזעגנט, און דאָס טאָמילינער פּאָרפאָלק איז באלד פארשװוּנדן אינעם בונטקאָליריקן מענטשן-שטראָם, װאָס האָט האסטיק געפלייצט צום קאזאנער װאָקזאל, צום ארײַנגאנג אין דער מעטראַ.
לעמײַ זאָל איך זאָגן, כ'בין מעקאנע געווען שאָלעם-אלייכעמען...
כאיִם מעלאמוד
מײַן גאָלדענער כאָלעם
גע הילצערנע אײינשטאָקיקע הויז, מיט גרין-געפארבטע וװענט און מיט רויט-געפארב- טע לאָדן, האָט געלעבט אף דער װעלט דעם לעצטן פרילינג. ס'האָט געלעבט, דארף מען זאָגן, ניט שלעכט, אָן סימאָנים פון זקיינישער כולעשדיקליט. די אינװייניקסטע וװענט זײַנען געווען גוט אױסגעװײַסט, די דילן פריש אָפּגע- פארבט, און דאָס וואסער האָט זיך געגאָסן פו- נעם צאפּן מיט א פעסטן שטראָם, נאָר סליווי..,
די צײַט האָט שוין אָפּגעטאָן אירס, און קיין
שום זאך האָט ניט געקאָנט ענדערן דעם גוירל פונעם נאָך פעסטן הויז. די פריערדיקע אלינ- וווינער, די עמעסדיקע טוישווים, װאָס האָבן דאָ אָפּגעלעבט װער ווייסט וויפל צײַט, האָבן נאָך מיט א יאָר צוריק זיך אריבערגעקליבן אין א נײַעם פילשטאָקיקן מויער דערנעבן, און איצט האָט דאָ צײַטװײַליק געװוינט מײַן זון, א מיט- גליד פון א בוי-קאָאָפּעראטיו פון נאָך א נײַערן מויער. די בױיוּנג איז געגאנגען טאקע בישכיי- נעס, און מיר האָבן דורך די פענצטער צוגע- קוקט, װי פון טאָג צו טאָג וואקסן די ווענט פון א נײַעם שטאָק.
אונטער איינעם א פענצטער פון דער אלטער שטוב איז געוואקסן אן עפּלבױים. ניט פון יענע געוויינלעכע עפּלבײמער מיט די נידעריקע שטאמען און ברייט-צעשפּרײיטע צװײַגן, נאָר פון גאָר אן אנדער מין. געווען איז דער בוים הויך און שטאלטנע, די צװײַגן וי אָפּגעטאָקט, און דער שפּיץ פונעם בוים האָט אויסגעזען װי אן עמעסדיקע קרוין, פול מיט גאָלדענע כרעמ- זעלעך. אף אזא בוים וואקסן קליינינקע עפּעלעך מיט רויטע בעקעלעך, װאָס פארמאָגן אין זיך א זיסלעכע טערפּקײַט און, איך ווייס ניט פאר- װאָס, מע רופט זיי--גאניידן-עפּעלעך. איך ווייס נאָר, אז אמאָל זײַנען דאָס געװען די סאמע װאָלװלסטע עפּל, און מײַן מאמע, גע- דענק איך, האָט מערסטנס געבראכט פונעם מארק גראָד זיי, די קליינינקע, רויטלעכע און זיסלעך-טערפּקע גאניידן-עפּעלעך, דאן, װען
איך האָב מיט איין ביס צעקײַט א גאנצן עפּל, האָט זיך מיר געדוכט, אז אין זײַן טאם איז טאקע פאראן עפּעס גאניידנדיקס. איצט פאר- שטיי איך, אז די זאך איז ניט אין די עפּעלעך, נאָר אין דעם בוים אליין, אין זײַן הייך, אין זײַן שטאלטנעקליט, אין דער געטאָקטקײַט פון זײַנע צװײַגן און אין זײַן קרוין, אף וועלכער מע װאָלט געדארפט אוועקשטעלן און אָנצינדן א ליכטל,
אין איינעם א באגינען.. צי דער פרי- לינג איז געווען אזא אימפּעטפולער, מיט יענעם מעכטיקן דראנג, װאָס גייט סײַ פונויבן, פון די בלענדנדיקע שטראלן, סײַ פון די פארבאָרגענע טיפענישן פון דער אופגעוואכטער ערד, צי עפשער איז אין יענער נאכט געשען אזוינס, װאָס באצויבערט אונדז שטענדיק מיט עפּעס א מין אומבאגרײַפּלעכקײַט; אזוי צי אזוי, נאָר פאר איין נאכט איז דער בוים געװאָרן אינגאנצן װײַס, באדעקט פון אונטן ביז ארוף. מיט טויזנ- טער קווייטעלעך, וועלכע האָבן געבלענדט מיט זייער אייגענער װײַסקײַט און מיט די שטראלן, װאָס האָבן ארומגעטאנצט ארום יעדער קויי- טעלע, וי לעבעדיקע בריעס: װי פארשיקערטע פלאטערלעך, וי אויסגעהונגערטע בינען. און טאקע די בינען אליין אויך... ויאזוי האָבן זי זיך דערװוּסט װעגן אָט דעם נעס, װאָס זיי זײַנען אזוי פרי אָנגעפלויגן?
מיר זײַנען געשטאנען ארום דעם בוים פאר- גאפטע, פארקישעפטע.. ס'האָט בא אלעמען פארכאפּט דער אָטעם פון אָט דער דופטיקײַט, װאָס האָט פארפולט דעם ארום, פון אָט דער װײַסער, שעמערירנדיקער יאָמטעװדיקײַט, װאָס האָט מיטאמאָל, װי געענדערט, איבערגעשטאל- טיקט דאָס פּיצעלע שטיקעלע ערד אונטערן פענצטער, אָנגעפילט עס מיט עפּעס מײַסעדיקס, פון וועלכן בא יעדערן, צי ער איז שוין אלט, צי נאָך גאָר א קינד, הייבן אָן גלאנצן די אויגן און עס גיט א טיאָכקע דאָס הארץ. עפשער איז דאָס געקומען דערפון, װאָס בא יעדערן איז
01
דערבײַ דורכגעלאָפן א געדאנק, אז דאָס זעט ער צום לעצטן מאָל אָט די בליונג, און דעם בוים אליין אויך... און מעגלעך, אז דורך עפּעס אן אומ- באגרײַפלעכן פאָרגעפיל, װאָס א געװויקס קאָן פארמאָגן, האָט דער בוים זיך אזוי געײַלט זיך צעבליען און ער סטארעט זיך מיט אלע קויכעס, אז קיין איין קנאָספּעלע זאָל ניט בלײַבן ניט צעעפנט. מעגלעך, אז פון אָט דעם ניט קלאָרן געדאנק האָב איך דערפילט, װוי מיך האָט דורכ- גענומען א שנײַדנדיקע קעלט, און דער בוים האָט א שײַן געטאָן פאר מיר מיט גאָר אן אנ" דער װײַסקײַט. גלײַך א שנייעלע װאָלט אים באדעקט, אָדער א װײַס פרעסטעלע האָט ארומ" געזוימט זײַנע צװײַגן..
האָט שוין דאָס װײַטערדיקע אויך געדארפט אויסזען, װי א פאָרזעצונג פון א מײַסעלע.. דאָס מיידעלע אין װײַסן.. זי איז צוגעקומען צום בוים און געבליבן שטיין נעבן אים, װי פארגליווערט, וי אומיסטן צוליב דעם, מיר זאָלן זי קאָנען באקוקן, דאָס װײַסע קליידעלע מיט די קורצע ארבעלעך, די װײַסע שיכעלעך אֹף די באָרװעסע פיס, די בלאָנדע צעפּעלעך מיט בלויע סטענגעלעך, און די אויגן... דעם קאָ- ליר פון די אויגן איז שווער געווען באשטימען, װײַל די שטראלן, װאָס האָבן געשפּילט אין זיי, האָבן איבערגעמישט דאָס ערדישע מיטן הימלשן. דערצו האָט פון זיי ארויסגעגלאנצט אזוינס, װאָס האָט פּאָשעט פארבלענדט. וי דער בוים מיט זײַן שעמערירנדיקן צוויט,
זי איז געבליבן שטיין נעבן בוים,,. װוי אײַנ- געטוקט דאָס פּאָנעם אין זײַן צוויט, װי צוגע- וואקסן צו אים, און ס'האָט זיך געדוכט, אז זי עטעמען ביידע מיט איין אָטעם און פלאטערן מיט איין פלאטער -- דאָס מיידעלע און דער בוים. און אז ביידע איניינעם פארפילן זיי דעם ארום מיט פארשיקערנדיקער דופטיקײַט און מיט אומפארשטענדלעכן אומעט.
דאָס מיידעלע האָט א שפּאן געטאָן אף צוריק, וי אָפּגעטײלט זיך פונעם בוים, און ארויסגע- רעדט אויך מיט יענער רעגעוודיקער פלאטער-
ניש:
-- איר וווינט אין דער שטוב?
-- יאָ, -- האָט געענטפערט מײַן זון. -- צײַט- װײַליק.
-- און אינגיכן װעט מען די שטוב צעוואל- גערן?
-- געוויס. זעסט דאָך...--- און דער זון האָט א װײַז געטאָן מיט דער האנט אפן נײַעם מויער און אפן הויב-קראן, װאָס איז געהאנגען איבער אים.
-- איך ווייס, איך ווייס, -- האָט דאָס מיידע- לע ארויסגעזיפצט. -- מיר װוינען אויך דאָ ניט װײַט. אָט, אין יענעם נײַעם מױיער, נאָר אין דער שטוב בין איך געבוירן געװאָרן און אויס- געוואקסן...
-- אזוי גאָר?-- האָט דער זון זיך פארכי- דעשט, כאָטש כידעשן זיך איז ניט געװען פון װאָס.
-- האָב איך צו אײַך א ביטע. ווען מע װעט וואלגערן די שטוב, איר װעט דאָך געוויס זײַן
62
דערבײַ, זעט, עס זאָל דעם בוים ניט פארשאטן, זאָל ער וואקסן...
עפּעס איז געשען מיטן מיידעלע אין דער מינוט אזוינס, װאָס האָט זי געמאכט אף א פּאָר יאָר עלטער, מעגלעך, אז איבער דער שטים, וועלכע האָט א קלונג געטאָן מיט פיל בעטנ- דיקס און מיט נאָך מערער כליפּענדיקס, און עפשער איבער די איגן. דאָס הימלשע איז פארשווּנדן, און פון זייער ריינעם גלאנץ האָבן שעמעוודיק ארויסגעקוקט... געוויינלעכע טרערן. דאָס, אפּאָנעם, האָט גוירעם געווען דערצו, אז מײַן זון האָט אָנגעהויבן זי צו , אירצן".
-- בא אײַך... בא אײַך איז עפּעס פארבונדן מיט אָט דעם בוים?
דאָס מיידעלע האָט זיך פארויטלט, און דאָס האָט גלײַך איבערגערוקט איר עלטער אף א פּאָר יאָר צוריק.
-- אזוי זיך... א גאָלדענער כאָלעם...
ארויסגערעדט און געלאָזט זיך גיין. אװעק אין אײַלעניש, װי מוירע געהאט, מע זאָל ניט באמערקן די אראָפּגערונענע טרערן און ניט איבערלייענען אף איר פּאָנעם עפּעס אזוינס.. װאָס געווען און װאָס ניט געווען..
אין דער װאָך, װאָס מיר זײַנען געווען אין סאראטאָוו, אין דער װאָך, װאָס דער בוים איז געשטאנען, א פארפּוצטער אין זײַן בלי, איז דאָס מיידעלע מערער ניט צוגעקומען. מעגלעך, אז זי איז געשטאנען נעבן דעם בוים ניט איין מאָל, אָבער דאן, ווען קיינער איז ניט געװוען דערבײַ, און איר גאָלדענער כאָלעם איז פאר- בליבן פאר מיר א סאָד. צי האָט מען דעם בוים פארפלאנצט, ווען זי איז געבוירן געװאָרן און ער איז געוואקסן, האָט געבליט איניינעם מיט איר, צי עפשער האָט זי דאָ, אונטערן בוים, פארבראכט אירע שענסטע אָװונטן, געהערט צום ערשטן מאָל װערטער וועגן ליבע... סײַװי, ווען איך זאָל זי געווען זען נאָכאמאָל, װאָלט איך ניט געוואגט זי פרעגן וועגן דעם. איז פארבליבן דאָס איינציקע:
-- א גאָלדענער כאָלעם...
דער פרילינג איז געווען א ווּנדערבארער. מיט א יונגער און מילדער, ניט הייסער זוון, מיט ניט קיין שטארקע און ניט קיין דויערנדי- קע רעגנדלעך, מיט א סאך צוויט און מיט א סאך גראָז, האָט זיך מיט פארגעניגן שפּאצירט איבער דער שטאָט, איבער אירע לאנגע גאסן, ברייטע פּראָספּעקטן און גרינע סקוערן, אין וועלכע דער פרילינג האָט געפּראװעט זײַנע ראשיקע סימכעס.
אף יעדער גאס, דאָ און דאָרט, צװישן אָני וואלגער פון ציגלברוך און גערויש פון בולדאָ- זערן, צװישן שפּאָגל-נײַע פילשטאָקיקע מויערן, נאָרװאָס פון דער נאָדל ארויס, מויערן, װאָס שמעקן נאָך מיט פרישן קאלך און מיט פרישע פארבן, זײַנען געשטאנען הײַזעריזקיינים -- אײינשטאָקיקע, צװײישטאָקיקע און אפילע דריי- שטאָקיקע. און ניט אזוי דער עלטער זייערער,
װוי זייער פולע אױיסגעהױלטקײַט, אָן טירן און
אָן פענצטער, אָן א לעבעדיקן נעפעש. זיי זײַנען נאָך געשטאנען אף זייערע ערטער, ס'האָט גע-
45
קאָנט הייסן, אז זיי פארנעמען נאָך פּלאץ צוישן די לעבעדיקע, נאָר זיי זײַנען שױן געווען איבעריק. די פארטונקלטע, פינצטערע פּוסטקײַט, װאָס האָט ארויסגעקוקט דורך די בלינדע טירן און פענצטער, האָט געעטעמט מיט עפּעס בעסוילעמדיקס, פארשטייט זיך, אז נאָר א מענטשן מיט אן אומנאָרמאלן קויעך- האדימיען קאָנען קומען אפן געדאנק אזעלכע מאָדנע פארגלײַכונגען. אינדערעמעסן איז די זאך גאָר אנדערש, א סאך פּראָסטער און פיל פריילעכער. דער אלטער, הילצערנער סארא- טאָוו װערט ביסלעכװײַז פארשװוּנדן, און עס וואקסט אס א ייונגע שטאָט מיט ברייטע גאסן, פול מיט זון און מיט גרינס. און אין די סקװערן, װאָס ציען זיך אף װערסטן וואקסן ביימער מיקאָל האמינים, װאָס עס לינ- דערט די שטארקע היצן, די דושנעקײַט, שוואכט א ביסל אָפּ יענע טרוקענע וינטן, די סוכאָ- ווייען, וועלכע גיבן אמאָל א בלאָז פון יענער זײַט װאָלגע,
אלץ איז ריכטיק, און דער איקער באשטייט טאקע אין דעם, נאָר אלע מאָל, ווען איך האָב געזען אזא אויסגעהוילטע, שוין ניט לעבעדיקע שטוב, איז מיר געקומען פאר די אױגן דער צעצוויטעטער עפּלבױם און דאָס מיידעלע אין װוײַסן און איר פארשעמט, פארויטלט פּאָנעם, ווען זי האָט ארויסגערעדט:
-- עט... א גאָלדענער כאָלעם..
ווען מיר זײַנען געקומען צוגאסט דעם צווייטן פרילינג, האָט מײַן זון שוין געװוינט אינעם נײַעם נײַנשטאָקיקן מויער, און די הילצערנע שטוב מיט די גרינע ווענט און רויטע לאָדן איז 'שוין ניט געװוען. דער עפּלבױם אויך ניט. ער איז געוואקסן צו נאָענט צו דער שטוב, זײַנע צװײַגן האָבן מאמעש געטוליעט זיך צו דער וואנט, און דער בולדאָזער האָט אים ניט גע- קאָנט אױסמײַדן. האָט ער געמוזט אװועק פון דער וועלט איניינעם מיט דער שטוב. פון דעם אלעמען איז געבליבן א הויכע קופּע מיסט, א געמיש פון ערד און איבערגעפוילט הילצווארג, יפון איבערגעברענטע ציגל און פארזשאווערטע שטיקלעך אײַזן,
איך האָב קיינעם קיין קאשעס ניט געפרעגט, סײַװי װאָלט זי קיינער ניט פארענטפערט, אלץ איז געווען קלאָר, נאָר אין איינעם א גאנצפרי.. איך בין געשטאנען מיטן זון אפן באלקאָן, בא- יקוקט דעם פארענדערטן ארום, און יעדערער פון אונדז האָט געוויס געטראכט ועגן זײַנע איניאָנים. נעכטן האָט דער זון געמאכט זייער א שווערע נײיראָכירורגישע אָפּעראציע, און מיט אלע זײַנע געדאנקען, מיטן גאנצן וועזן איז ער געווען אין דער קליניק, באם כוילע. פּלוצלינג האָט ער זיך אָנגערופן;
-- ווען מע װעט אָפּרײניקן דעם הויף פונעם מיסט, וװועלן מיר פארפלאנצן א סקווער, מיר האָבן שוין אלץ אױיספּלאנירט.
אָנגעשטױסן זיך וועגן װאָס איך טראכט, וועגן
װאָס איך האָב געקאָנט דערמאָנען זיך, האָט ער צוגעגעבן:
-- און מיר װעלן פארזעצן א פַּאָר עפּלבײ- מער אויך. טאקע פון יענעם מין, פון די גא- ניידן-עפּעלעך...
איך האָב פארשטאנען זײַנע גוטע קאװאָנעס און דערבײַ א טראכט געטאָן, אז דאָס איז אן איבעריקע זאך. דאָס מיידעלע האָט מיסטאמע שוין באװויינט דעם בוים, איר גאָלדענעם כאַ- לעם, און וויפל נײַע ביימער מע זאָל ניט פאר- פלאנצן, וװועלן זיי זײַן פאר איר גאָר אנדערע. נאָר אויב מענטשן פארזעצן ביימער אין אָנ- דענק פון אן אנדערן, אומגעקומענעם בוים, איז פאראן אין דעם עכט מענטשלעכס. דאָס איז דאָך אליין דער מענטשלעכער זיקאָרן, דאָס, װאָס האָט געמאכט דעם מענטשן פאר מענטשן,
אין א פּאָר טעג ארום האָט אונדז אלעמען אופגעװועקט א גרילצעניש מיט א טראסקעניש אף פארטויבט צו ווערן. צום בארג מיסט זײַנען צוגעפאָרן א פּאָר מאשינעס. גרויסע מעכאנישע לאָפּעטעס האָבן אָנגענומען פולע הויפנס מיט אלץ, װאָס האָט זיך געמאכט, און געשלײַדערט עס אין די קוזאָווס. כעװורעניקעס זײַנען זיך צונויפגעלאָפן אהער פון אלע הײַזער און מיט דער דורשטיקײַט און נײַגעריקײַט פון עמעס- דיקע ארכעאָלאָגן אונטערגעקליבן דאָס, װאָס איז ארויסבאקומען געװאָרן פון די טיפע אינ- געוויידן פון דער קופּע מיסט --פארשיידענע קעסטעלעך און פּושקעלעך, קעמעלעך און שפּי- געלעך, ליימענע שיסל און הילצערנע לעפל, אָפּצווענגלעך, העמערלעך און אנדער געצלג, לויט וועלכן מע װאָלט געקאָנט שאפן א בא- שטימט בילד וועגן לעבן, קולטור און מינהאָגים פון די פארשיידענע דוירעס, װאָס האָבן גע- װווינט אין דער ניט לאנג צעוואלגערטער שטוב, מײַן אייניקל דימע, א צעניאָריק ייִנגעלע מיט א קײַלעכיק בלייך פּענעמל און מיט צוויי גרוי- סע ליכטיקע אויגן, איז אויך געווען צװוישן די אויצעריזוכער. אלע מאָל האָט ער ארופגע- בראכט אן אנדער פארזשאווערט קעסטעלע און געסטארעט זיך איבעראשן אונדז מיט זײַנע גע- פינסן. אָפּגעהאָרעװעט א גוטע פּאָר שאָ, פון קאָפּ ביזן די פיס אין שטויב, איז ער וידער ארײַן אין שטוב ביז גאָר א פארסאָפּעטער, די אויגן האָבן געגלאנצט פון זיכערקײַט, אז דאָס מאָל האָט ער געפונען טאקע עפּעס רעכטס.
-- זיידע, טו אומיסטן א קוק!
דאָס איז טאקע געװוען גאָר עפּעס אנדערס. כאָטש... װאָס? טאָװולען פון פארשיידענע נומערן פונעם רוסישן זשורנאל ,ניווא" פארן טויזנט נײַן הונדערט זיבעטן יאָר, און דאָך.. טויזנט נײַן הונדערט זיב דאָס יאָר, װען איך בין ערשט געבוירן געװאָרן!
די טאָװולען זײַנען געווען פון דינעם פּאפּיר, אייניקע ליכטיק-גרינע, אנדערע ליכטיק-געלע, און אלע היפּש ארומגעפליקטע, איבערגעטריקנ- טע. זיי האָבן געטרישטשעט צװוישן די פינגער, וי געװאָרנט -- פאָרזיכטיקער!
מײַנע הענט האָבן געציטערט, און די אויגן האָבן ארומגעיאָגט צװישן די קליינינקע אויסיע- לעך פון קאָלערליי מעלדונגען, רעקלאמעס, מאָדנע געמעלן, און כאָטש דאָס זײַנען ניט גע-
3
װען פון יענע פּארמעטן פון טױזנטיאָריקן עלטער, נאָר דאָך א װעלט, װאָס האָט שין לאנג אָפּגעלעבט, איז לאנג פארשװוּנדן, נאָך מיט זיבעציק יאָר צוריק.. װי האָט זי גע- לעבט, יענע װעלט, װאָס האָט זי געלייענט, מיט װאָס זיך אינטערעסירט?
,קויפט טאבלעטקעס ,פּעני"--- דאָס בעסטע מיטל קעגן בלוט-אָרעמקײַט!"
,די בעסטע זייגערס אין דער וועלט מאכט די פירמע ייאָנער?!
,איך פארקויף הינט פון גרעסטן ייִכעס פאר צוגענגלעכע פּרליַזן!"
,לעקציעס, ויַאזוי צו פארדינען דרי הונ- דערט רובל א כוידעש!"
,די בעסטע מיטלען קעגן מערידן, אסטמע און רעוומאטיזם!"
,קרעם , מעטאמאָרפאָזא" -- דער בעסטער קרעם אין דער וועלט!"
טאבלעטקעס, קרעמען, ייַכעסדיקע הינט, מיט- לען קעגן מערידן און לעקציעס, ויָאזוי גיך רײַך ווערן... יענע אלטע און װײַטע װועלט! נאָר אָט... גאָר אנדערע מעלדונגען, וועגן אומזיסטע צוגאָבן צום זשורנאל.
אלע װערק פונעם גראף אלעקסיי טאָלסטאָי.
פולע זאמלונג פון די װוערק פון א. נ. לעס- קאָוו.
סטאניוקאָוויטשעס צוויי און פופציק ביכער.
א צוגענגלעכע אויסגאבע פון אלע װערק פון נ. וו. גאָגאָל.
יאָ, צוליב דעם װאָלט איך אליין זיך א גריבל געטאָן אין די געדערים פון דער צעוואלגערטער שטוב.
די הענט ציטערן, און די אויגן יאָגן ארום. אייניקע אויסיעס זײַנען א ביסל אָפּגעריבן, אנ- דערע מיט עפּעס פארשמירט, נאָר מע קאָן איבערלייענען.
אינהאלט פונעם זשורנאל ,ניווא" נומער צוויי פארן טויזנט נײַן הונדערט זיבעטן יאָר. צװישן א ריי דערציילונגען און לידער פון באװוּסטע און אומבאװוּסטע אװטאָרס -- אזוינס:
גאָלדענע כאלוימעס". דערציילונג פון ל. אװילאָווא,
גאָלדענע כאלוימעס, גאָלדענע כאלוימעס.. גיי ווייס, אז פון אָט דעם ארומגעפליקטן ביי- געלע פּאפּיר װעט מיטאמאָל א שמעק טאָן, װי פון יענעם צעצוויטעטן עפּלבױם, און איך װעל אזוי באשײַמפּערלעך דערזען יענץ מיידעלע אין װײַסן. און איך װעל אזוי קלאָר דערהערן איר שטים:
-- עט... א גאָלדענער כאָלעם.
אין װאָס איז באשטאנען דער גאָלדענער כאָ- לעם פון יענעם מײידעלע? אין װאָס איז באשטא- נען דער גאָלדענער כאָלעם פון דער אומבא- װוּסטער שרײַבערן ל. אװילאָווא, וועלכע האָט איר דערציילונג געשריבן אין די שטורמישע יאָרן פון דער ערשטער רוסישער רעװאָליוציע?
באמערקט, וי איך האָב זיך אײַנגעקלאמערט מיט די אויגן אין די האלבצעפליקטע בייגעלעך, האָט דאָס אייניקל געפרעגט.
-- װאָס האָסטו דאָרט אזוינס דערזען?
64
-- כאלוימעס, גאָלדענע כאלוימעס...
--- וועלכע כאלוימעס? -- האָט דימע ניט פאר- שטאנען.
-- אָט, לייען איבער. און לויף נאָכאמאָל ארויס, טו א זוך, עפשער װעסטו געפינען א פּאָר אינװייניקסטע זײַטלעך.
דימע איז אוועק, נאָר אינגיכן זיך אומגע" קערט.
-- ניטאָ, זיידע. ס'איז געװען א ביסל אף דער מאשין, נאָר ביז איך בין צוגעלאָפן, איז זי שוין אָפּגעפאָרן. :
ער האָט זיך װי געפילט שולדיק, װאָס דער גאָלדענער כאָלעם איז אזוי אוועקגעפלויגן. אין אים האָט געברויזט דער פארדראָס פון א דער- וואקסענעם, וועלכער איז געשטאנען אפן ראנד פון א װויכטיקער אנטדעקונג און מיט די אייגע- נע הענט דאָס ארױסגעלאָזט.
-- און אָן יענע זײַטלעך, -- האָט ער װי גע" בעטן זיך, -- אָן יענע זײַטלעך איז אומעגלעך?
-- פארװאָס אומעגלעך? זיי זײַנען דאָך ער" געץ דאָ, יענע זײַטלעך. און אוב דו װעסט שטארק וװעלן... כאָטש יעדערער האָט זיך זײַן אייגענעם גאָלדענעם כאָלעם. און װער ווייסט..
אָט אזוי אומגעריכט איז אופגעקומען מײַן אייגענער גאָלדענער כאָלעם. א כאָלעם, װאָס האָט א גאנץ באשטימטן נאָמען. ער הייסט-- ,סאָװועטיש היימלאנד".
אונדזער בעניאָכידל איז ניט לאנג געװאָרן באר-מיצווע, און איצט איז ער שוין גאָר א דערוואקסענער. פופצן יאָר. פופצן יאָר ,סאָװוע- טיש היימלאנד"!
אוואדע װאָלט איצט געדארפט קומען אזא ליטעראטור-טעאָרעטיקער, װאָס זאָל געהעריק אָפּשאצן דעם באדײַט פונעם זשורנאל, זײַן ליי טערארישע, היסטאָרישע און קולטור-ווערט, זײַן אוניװוערסאלקײַט און ענציקלאָפּעדישקײַט, אלץ, מיט װאָס דער זשורנאל האָט געפונען א וועג צום ברייטן לייענער, געעפנט פאר זיך די טירן פון טויזנטער הײַזער בא אונדז אין לאנד און דורכגעשלאָגן פאר זיך א וועג צו פיל לענ- דער אין אלע קאָנטינענטן. עס װאָלט הײַנט געקאָנט געזאָגט װערן וועגן דעם הויכן קינסט" לערישן און אידייישן ניװאָ פון די װערק פון די לעבעדיקע שרײַבער--די שעפער פונעם זשורנאל, און וועגן די דרייסטע פּרוּװן פון דער רעדאקציע דערנעענטערן דעם לייענער צו די אורקוואלן, צו די שיישעס-יעמיי-בעריישיס פון דער ייִדישער ליטעראטור און קולטור --אף העברעיש און אראמעיַש, אף אראביש און שפּאי ניש, אף ייִדיש און רוסיש.
אָבער דאָס איקערדיקע זײַנען טאקע מיר אליין. אונדזער אייגענער באזונדערער הײַנט און אונדזערע אייגענע װערק--- די פּראָזע און פּאָעזיע, קריטיק און פּובליציסטיק --א הײַנט, װאָס איז ניט איין טאָג און ניט איין יאָר, א הײַנט, װאָס כאפּט ארום דעם גאנצן פּעריאָד פון אונדזער נײַעם זײַן, פון אונדזער נײַעם גוירל, דעם פּערלאָד פון דער סאָוועטישער ייִדיי שער ליטעראטור, דעם מעכטיקן בוים, דעם פּרעכטיקן סאָד, וועלכע סהאָבן פארפלאנצט
4--5407
אָשער שווארצמאן און דאָװיד האָפשטײין, איציק פעפער און דאָװיד בערגעלסאָן, פּערעץ מארקיש און איזי כאריק, שמועל האלקין און ארן קוש- ניראָוו, מוישע קולבאק און דער ניסטער און פיל אנדערע אומפארגעסלעכע נעמען, אף ווע- מענס װערק עס זײַנען דערצויגן געװאָרן די נײַע דוירעס לייענער און נײַע דוירעס שרײַ- בער, און װעמען ס'איז אלע מאָל אָפּגעגעבן דער סאמע אױבנאָן אף די זײַטלעך פון ,סאָ- וועטיש היימלאנד", און אוב א קוק טאָן א ביסעלע ברייטער, דארפן מיר ארײַנעמען אהער אויך אונדזערע קלאסיקער -- מענדעלען, פּע- רעצן, שאָלעם-אלייכעמען, וועלכע זײַנען אפסנײַ אנטפּלעקט געװאָרן פארן לייענער און אפסנײי אָפּגעשאצט געװאָרן אין די פילצאָליקע קרי- קע וװוערק אף די זײַטלעך פון אונדזער זשור- נאל.
און ווידער טאקע... דער איצטיקער דאָר סאָ- וועטישע ייִדישע שרײַבער מיט זייערע וװערק, װאָס האָבן דערזען די שײַן צוערשט אף די זײַטלעך פונעם זשורנאל און דערנאָך פאר- וואנדלט געװאָרן אין ביכער. צענדליקער ביכער אף ייִדיש און רוסיש, פארשפּרייט איבערן לאנד אין פיל טויזנטער עקזעמפּליארן, װערק, אין וועלכע ס'איז אָפּגעשפּיגלט אונדזער ברויזנדי- קע צײַט און וועלכע טראָגן אין זיך אונדזערע טרוימען, אונדזער דראנג און אונדזער קאמף, װערק, װאָס רעגן דעם לייענער הײַנט און האָבן װאָס צו זאָגן אויך דעם קומענדיקן לייענער, אונדזערע קינדער, אייניקלעך און אורייניקלעך. זיי זײַנען געװוענדעט אויך צו די לייענער, װאָס וועלן קומען אין פופציק יאָר ארום, אין הונ- דערט יאָר ארום. יעדעס עכט ליטעראריש װוערק, אומאָפּהענגיק, אף וועלכער שפּראך עס איז געשריבן, טראָגט דאָך אין זיך דעם אָטעם,
ביכ ע ריג ראפ יק
דעם רייעך פון דער צײַט און בלײַבט אין זי קאָרן פון די מענטשן,
מײַן גאָלדענער כאָלעם!
עס טרוימט זיך פארשיידן.. אָט האָט דאָס אייניקל פון מײַן אייניקל געזוכט עפּעס אפן בוידעם, צי אין קעלער, און אָנגעטראָפן אף א פּעקל זשורנאלן. געכאפּט איין נומער, א צווייטן און ארײַנגעלאָפן מיט זיי אין שטוב ארײַן.
-- זיידע, טו אומיסטן א קוק. זשורנאלף! פארן טויזנט נײַן הונדערט זעקס-אוך-זיבע- ציקסטן. און זע נאָר, אונדזער פאמיליע דאָרטן!
עס טרוימט זיך... אין פיל יאָרן ארום, אין קומענדיקן יאָרהונדערט װעט א יונגער, צי ניט יונגער לייענער, ארויסבאקומען עטלעכע נו- מערן , סאָװועטיש היימלאנד" און אַנהײבן בלע- טערן א זײַטל נאָך א זײַטל. און ער װעט אָנ- הייבן לייענען... עפּעס א דערציילונג, עפּעס א ליד, עפּעס אן ארטיקל... און ער װעט דערפילן דעם הייסן אָטעם פון אונדזער גרויסער און אומרויִקער צײַט, פון אונדזערע שטרײַטן און געראנגלען, פון אונדזערע פריידן און ליידן, פון אונדזערע הייסע טרוימען, פון אונדזערע אופטוען. און... פון אונדזערע גאָלדענע כא- לוימעס...
ווידער יענער צעבליטער עפּלבױים און נעבן אים דאָס מיידעלע אין װײַסן. זי שטייט באם בוים, װוי אײַנגעטוקט אין זײַן צוויט, װוי צוגע- וואקסן צו אים, און פון אירע ליכטיקע אויגן רינט שעמעודיק אראָפּ א פּאָשעטע טרער. מיסטאמע האָט זי געפילט, אז דאָס זעען זי זיך צום לעצטן מאָל,
אונדזער בוים איז פון אן אנדער מיןן. און אונדזער גאָלדענער כאָלעם --- אויך אן אנדע- רער.
/
7 יט שי
ר *12-י) ה-י יז יי 55 - יזא
קע
0 40
צו אװוראָם גאָנטארס לידער-זאמלונג ,טויבן אפן דאך". קינסטלער יע. קאגאן
05
הירש בלאַשטײן
הײַנטצײַטיקײַט און אקטועלקײַט
אפ נומלטן האָט איינער א לייענער, א קווא- ליפיצירטער לייענער, א מענטש א געזעצטער און באיאָרטער, מיך געפרעגט, צי איז , טעוויע דער מילכיקער" הײַנטצײַטיק און צי זײַנען הײַנטצײַטיק , קריג און פרידן", ,האמלעט", ,דאָן קיכאָט* און אנדערע , עלטערע ווערק"? און װאָס טראכט איך וועגן ,יעווגעני אָניעגין", ,פּאָלטאװע", ,װײַנשל-סאָד" און , פעטער ווא- ניע"? מע דארף שוין דאָס אלץ אראָפּנעמען פון די פּאָליצעס?
מײַן פרײַנט איז א ביסעלע ארויסגעשלאָגן געװאָרן פון זײַן נאָרמאלער ליײענער-קאָליע. אים האָט פארפירט אין א זײַט דאָס, װאָס לעצטנס װוערט אין דער ליטערארישער פּרעסע באזונדערס, און אויך אין דער פּרעסע ביכלאל, א סאך גערעדט און דיסקוטירט ועגן דער פּראָבלעם פון הײַנטצײַטיקײַט אין דער ליטע- ראטור און אין קונסט. ס'איז ניט דערגאנגען צו אים, אז דאָ גייט די רייד דעריקער וועגן מער פארשארפן דאָס אויג פונעם שרײַבער, עס זאָל ארײַנדרינגען טיפער אין דער זייער רי- כער און זייער קאָמפּליצירטער אינערלעכער געפילן- און געדאנקען-וועלט פון אונדזער סאַ- וועטישן מענטשן, פונעם ארבעטער און אר- בעטס-מענטש אין ברייטן זין פונעם דאָזיקן באגריף. עס רעדט זיך, װוי איך זע, וועגן דער מײַסטערשאפט פונעם שרײַבער,
די גרויסע, די עכטע ליטעראטור איז שטענ- דיק געווען הײַנטצײַטיק, אפילע דער היסטאָרי- שער ראָמאן און דאָס מײַסעלע, שוין אָפּגע- רעדט פון דער דיכטונג, װײַל דאָס אלץ איז דורכגעגאנגען דורך דער פּריזמע פונעם שרי- בער, אוֹן גענומען האָט ער עס פון זײַנע מיט- צײַטלער. עס זײַנען געוען אָפּװײַכונגען, אָן דעם קען דאָך ניט זײַן; מע האָט געזוכט נײַע פאָרמען, ויָאזוי בעסער צו דערטראָגן צום לייענער דאָס נײַע אין דער געזעלשאפט. איך זאָג ,אָפּװײַכונגען" און ניט פּרוּװן", װײַל דאָסראָװו זײַנען די נײַע פאָרמען ניט ארײַן, זיך ניט אײַנגעהאלטן. דער לייענער האָט דאָך גע- זאָגט, אז ס'געפעלן אים מער די ,אלטע" פאָר- מען פון פּושקינען, טאָלסטאָיען, טשעכאָוװן.
דער רוקנביין פון יעדן ליטערארישן װערק איז דער כאראקטער פונעם העלד, פונעם טיפּ, דער שרײַבער דארף מער ארײַן אין כאראק- טער, ניט שווימען פון אויבן, נאָר זיך אראָפּי לאָזן אין דער טיף; װאָס טיפער, אלץ העכער װעט װערן דאָס ווערק,
06
גרויסע טיפע װערק פארלירן קיינמאָל ניט זייער הײַנטצײַטיקײַט, װײַל אין זיי לעבן די אײיביקע געפילן פונעם מענטשן ביכלאל. די אײיביקע געפילן און לײַדנשאפטן, מיט וועלכע דער מענטש קומט אף דער ועלט: ליבע, ליב- שאפט, אייפערזיכט, פרײַנטשאפט, טרײַהײַט און אזוי װײַטער. די אײַנגעבױירענע זאָרג וועגן פאָרזעצן דעם דאָר, די שטארקסטע ליבע אין דער וועלט -- די ליבע פון דער מאמען צו איר קינד... אָט די געפילן זײַנען אייביק, און אייביק זײַנען זיי הײַנטצײַטיק. יעדע נײַע װעלט-אָר- דענונג טראָגט אין זיי ארײַן אירע קאָרעקטיוון, אָבער דער גרונט בלײַבט,
דער גרויסער ייִדישער פאָלקס-דיכטער אוו" ראָםס רייזען האָט נאָך אין די יונגע יאָרן זײַנע אָנגעשריבן פאָלגנדע אכט-שורעדיקע ליד;
דײַנע אויגן לײַכטן, פינקלען,
װען דוד רעדסט פון נײַע צײַטף
אלע מענטשן זאט און גליקלעך-- װען די אָרדענונג װעט זיך בײַטן און איך גלויב אין דײַן נעוויעס, דאָך אין אויג מײַנס שטײען טרערף בא דער בעסטער אָרדענונג, ליבסטע, װעסטו אלץ ניט מיר געהערן
דאָס איז איין קליינער בײַשפּיל פון א סאך, פיל גרעסערע, ליידן און לײַדנשאפטן,
הײַנטצײַטיקײַט און אקטועלקײַט. אקטועל איז דאָס, װאָס איז וויכטיק פארן איצטיקן מאָי מענט; הײַנטצײַטיקײַט-- די װירקלעכקײַט און דער אָטעם פון דער עפּאָכע, דאָס, װאָס איז אף דער הייך פונעם יאָרהונדערט,
מיט אקטועלקײַט פארנעמט זיך דעריקער די צײַטונג. אונדזער סאָוועטישע צײַטונג. אָבער וויפל ציגל טראָגט זי צו אויך צו דעם גרויסן ביניען פון דער הײַנטצײַטיקײַט אין דער ליטע- ראטור, וויפל פּרעכטיקע, בעעמעס קינסטלערי- שע פארצייכענונגען, עסייען װעגן מענטשן אונדזערע, וועגן זייערע כאראקטערס געפינט איר אין די סאָוועטישע צײַטונגען, --כאָטש נעם און טראָג זיי גלײַך איבער אין דער לי- טעראטור! דערפאר טאקע זײַנען זיי דאָך אונד- זערע, סאָוועטישע צײַטונגען! אויך די אקטועל- קײַט זייערע איז גרויס און פארטיפט.
דער הײַנטצײַטיקער מענטש איז בארײַכערט מיטן בעסטן און פײַנסטן, װאָס ער האָט באקו- מען פון די פריִערדיקע דוירעס, ער לאָזט דורך אָט די גרויסע גײַסטיקע יערושע דורך דער
פּריזמע פון זײַן צײַט, טראָגט זי װײַטער,
אונדזער ,סאָװעטיש היימלאנד" איז בעעמעס הײַנטצײַטיק, סײַ לויט דער טעמאטיק, סײַ לויט דער מײַסטערשאפט פון די וװערק, װאָס ער פארעפנטלעכט.
צוגלײַך און באנאנד מיט דעם איז דער זשור- נאל אויך אקטועל, הייסיקעמפעריש אפן פראָנט פון די קלאסןישלאכטן און אף די פרידלעכע פראָנטן פון בויען די קאָמוניסטישע געזעל- שאפט.
פון זײַן עפּאָכע, און
פאראן אין דער געשיכטע פון יעדער ליטע- ראטור טעמעס, װאָס זײַנען אוועק אין ארכיו. די צײַט איז שוין אוועק װײַטער. אף אָט דער טעמע, דוכט זיך, איז שוין אלץ געזאָגט גע- װאָרן. און פּלוצעם װערט די זעלבע טעמע אקטועל און שטעלט זיך צוריק אף דער טאָג" אָרדענונג.
ווער פון אונדז האָט ניט געלייענט קאָראָלענ- קאָס ,אָן א לאָשן"? דער גרויסער הומאניסט האָט רירנדיק דערציילט די טראגעדיע פון א מענטשן, װאָס די נויט, דער הונגער האָט אים געצװוּנגען פארלאָזן זײַן היימלאנד, עמיגרירן אין א לאנד, װאָס איז אים אינגאנצן פרעמד, װוּ אפילע זיך צונויפריידן מיט די דאָרטיקע קען ער ניט. ער איז אומבאהאָלפן, אומגליקלעך.
צוזאמען מיט אלע אנדערע גרוילן און צאָרעס האָט די עמיגראציע-טראגעדיע פארסאמט דאָס לעבן פונעם ארבעטער, פון דעם אָרעם-פּױער און קליינהענדלער, וועלכער האָט געזען און געפילט, װוי ער גייט אונטער. די ייַדישע נאציאַָ- נאלע מינדערהײַט האָט עס באזונדערס געפילט, זי האָט געלעבט דעריקער אינעם שטעטל, װאָס איז געװאָרן אלץ פּוסטער און טרויעריקער.
די אָקטיאבער-רעװאָליוציע האָט אונדז פון דעם אומגליק אויסגעלייזט. מיר לייענען הײַנט שאָלעם-אלייכעמען, זײַנע שעדעוורען וועגן דער צײַט פון דער עמיגראציע-בעהאָלע, מיר לייע- נען -- און טוליען זיך שטארקער צו צו אונדזער מוטער-היימלאנד,
די טעמע עמיגראציע איז שוין לאנגילאנג אוועק אין ביטערן אמאָל. און פּלוצעם..--- די טעמע װערט אקטועל בא אונדז! װוידער א גע- שיכטע מיט עמיגראציע. נאָר ניט פון נויט, אָדער פון רעדיפעס כאָלילע, נאָר --א וויסטע אנטיסאָוועטישע קאמפּאניע, צוגעגרייט אין די שמוציק-בלוטיקע קיכן בא די פארביסענע סאָ- נים פון אונדזער ראטנלאנד, די גאָלדע מעירס, בעגינס, ראבינס. זיי האָבן געװאָרפן דעם רוף;
-- ייִדן, עס רופט אײַך דאָס לאנד פון אײַערע אָװעס! -- און צוגעזאָגט אלע גליקן,
האָט דער ייִדישער סאָוועטישער זשורנאל ,סאָװועטיש היימלאנד" טייקעף רעאגירט.
-- דאָס לאנד פון אונדזערע אָװעס איז דאָס סאָוועטישע היימלאנד. לאָזט זיך ניט פארפירן!
,סאָװועטיש היימלאנד" האָט געענטפערט אף דער ציעניסטישער פּראָפּאגאנדע אויך מיט ווערק פון די ייַדישע שרײַבער.
אין יאָר 1975 איז אין זשורנאל פארעפנט- לעכט געװאָרן (אין די נומערן 7, 8, 9) כאיִם מעלאמודס ראָמאן , צװישן דניעסטער און פּרוט", אין זעלביקן יאָר, אין נומ. 12, האָט ארן ווער- געליס פארענדיקט זײַן ראָמאן ,די צײַט". דאָס זײַנען געווען די ערשטע גרעסערע װערק, װאָס האָבן פארנומען וויכטיקע פּאָזיציעס, פון וועלכע זי האָבן באשאָסן דעם סוינע און דעם סוינעס אונטערשטופּער אין די היימישע ערטער.
איך קלײַב מיך דאָ ניט צו געבן אן אָפּהאנד- לונג פון די דאָזיקע ראָמאנען. איך שטעל מיך דאָ אָפּ אף זיי בלויז צוליב זייער גאָר פרישינ- קער הײַנטצײַטיקײַט. אויב די ראָמאנען פון פא- ליקמאנען, פּאָליאנקערן און אנדערע, געוויד"י מעט דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע, האָבן שוין געהאט פריִער, פארן געשאפן װערן, א ביסל צײַט, דעם מאטעריאל אָפּצוקילן, די מילכאָמע איז שוין געבליבן װײַטלעך פונעם שרײַבטיש, זײַנען מעלאמודס און ווערגעליסעס װוערק געשאפן געװאָרן פּאָשעט אפן פראָנט פון די שלאכטן קעגן די נײַ-אָנגרײַפנדיקע סאָנים. איך וויל דאָ אויך אָנװײַזן אף דעם, װי דער נעכטן העלפט דעם הײַנט אין זײַן הײַנטצײַטײ קײַט.
פאראן אין מעלאמודס ראָמאן א קאפּיטל, װאָס רירט מיך, װי א גוטע לירישע פּאָעמע. דאָס איז דאָס קאפּיטל אכט, װוּ דער זיידע דאָװיד פירט זײַן אייניקל ציפּעלע איבער דער גאס, װאָס טראָגט נאָך פון אמאָל דעם נאָמען ,ייִדיי שע גאס", כאָטש שטענדיק האָבן דאָ געלעבט ניט בלויז ייִדן, נאָר אויך אוקראינער, מאָלדא- וואנער, ציגײַנער. אלע האָבן זיי געלעבט ברי- דערלעך, געווען וי איין גרויסע מישפּאָכע, װוּ יעדער איינער איז גרייט פארן צווייטן גיין אין פײַער און אין וואסער. עס האָט זיי אלעמען פארברידערט די רעװאָליצײַאָנערע ארבעט זיי- ערע אין די גרעסטע געפארן.
דער זיידע האָט גענומען זײַן אייניקל ציפּע- לען אף א שפּאציר איבער אָט דער היסטאָרי שער גאס, װוּ יעדע שטוב האָט איר גרויסע, שיינע, העראָישע פארגאנגענהײַט. ציפּעלען האָט דער באָכער, וועמען זי האָט ליב, -- טאָי ליק, פארפּלאָנטערט אין דער ייִסראָעלינעץ. ער פאָרט, און זי טראכט אויך פון פאָרן מיט אים. דער שפּאציר אירער מיטן זיידן דויערט לאנג. דער שרײַבער כאיִם מעלאמוד, װאָס קען אויס- געצייכנט זײַנע העלדן, פירט אונדז מיט זי צוזאמען איבער א שטיק געשיכטע פונעם שטעטל, מיט אן אומעטיק שמייכעלע דערציילט ער אונדז, ניט געײַלט, וועגן דעם נעכטן פון דער ,ייִדישער גאס", װאָס ציפּעלע האָט ביז איצט ניט געװוּסט. די קלוגע, הארציקע צי- פּעלע האלט ניט אויס און -- צעוויינט זיך: פאר- װאָס האָט זי דאָס ביז איצט ניט געװוּסט! און ס'טוט איר וויי, װאָס זי האָט זיך ניט געקענט באטייליקן אין אָט דער מעסירעסנעפעשדיקער ארבעט...
איצט ווייסט שוין ציפּעלע, װוּ עס איז דאָס עמעסע לאנד פון אירע אָװעס. ניין, זי װעט זיך ניט אָפּזאָגן פון איר גרויסן ייַכעס.
67
אף הייסן, נאָך גליִענדיקן מאטעריאל ארבעט ארן ווערגעליס. אין דער טעמע און איר ציל- געװענדטקײַט גייט ער זיך צונויף גאָר נאָענט מיט מעלאמודן. איך לייען אים ביכלאל מיט גרויס אינטערעס. ער אין פילזײַטיק אינעם זשאנער. לויט דער פּאָעמע , דאָס גאָלדענע פינ- גערל" (, סאָװועטיש היימלאנד" נומ. 9, 1975), און לוט א סאך אנדערע לידער איז ער, וי איך מיין, א ליריקער, און זייער אן אָריגינע- לער. אין זײַנע לידער צום זינגען איז ער פאָלקסטימלעך און דורכגעדרונגען מיט ייִדישער נעגינע. אין זײַנע אקטועלע לידער איז ער פּוי בליציסטיש, סאטיריש, שלאָגט אויסלאכנדיק. און שטענדיק זוכט ער נײַע פאָרמען פאר זײַן אויסדרוק. ער איז נאָוואטאָריש. און שטענדיק-- הײַנטצײַטיק. אן אויסגעצייכנטער פּאָלעמיסט.
אגעוו, מע קען ניט זײַן עכט הײַנטצײַטיק, אויב מע ווייסט ניט דעם נעכטן. אין דעם פּראט מוז איך זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן אונדזער ליטעראטור-קריטיקער און ליטעראטור-פאָרשער הערש רעמעניק. אין א באדײַטנדיקן טייל פון זײַן שאפן לאָזט ער זיך אראָפּ אין יאם פון אונדזער קלאסיק און הייבט זיך אוף פון דאָרט מיט פּערל, וועלכע פארלירן קיינמאָל ניט זייער גלאנץ און ווערט. ער זוכט אויך אָפּ אין אָקעאן פון דער רוסישער ליטעראטור די שרײַבער- סײַ ייִדישע, סײַ רוסישע, --וועלכע האָבן גע- שריבן אף טעמעס פון ייִדישן לעבן אין אמאָ- ליקן רוסלאנד (זע די סעריע ארטיקלען אונטערן אלגעמיינעם נאָמען , קולטור-היסטאָרישע און ליטערארישע באטראכטונגען").
דער הײַנט דארף קענען זײַן נעכטן. הײַנט- צײַטיקײַט איז אוניווערסאל.
א לעבהאפטער שמועס אין רעדאקציע
8
מוישע אלטמאן
װי מע דארף זײַן פאָרויכטיק מיט מאכן א שפּאס
(פון די זקיינישע נאָטיצן)
יי הו מוישע --
דעם דאָזיקן בריוו, װאָס איך נעם איצט שרײַבן, האָב איך ניט געהאט בעדייע צו שרײַבן, װײַל נאָך אײַער שװײַגעניש אזא צײַט, און ניט אפילע געפונען פאר נײיטיק צו בא- שטעטיקן דאָס דערהאלטן מײַנע צוויי בריוו צו אײַך, האָב איך געהאט געזאָגט צו זיך: אד קאן? אויס! איך שרײַב אײַך ניט מער. אָבער װאָס זאָל איך טאָן מיט מײַן , ייִדענע"? זי פארלאנגט, און ענערגיש. און איר קענט זי דאָך. און אייגנטלעך איז זי דאָך אײַער ייִדענע, דאָס האָט איר זי דאָך געקרוינט פאר אזעלכער, און אויסגיין גייט עס אויס צו מײַן קאָפּ, כאָטש איך האָב צו אײַך, כאָלילע, ניט קיין טײַנעס און אייפערזיכטיק בין איך אויך ניט, נישטאָ פאר- װאָס.
בעקיצער, זי איז איצט צוגעשטאנען און הייסט: שרײַב. און ניט סטאם שרײַבן, נאָר פעסט אײַנלאדן אײַך צו אונדז צו זײַן אונד- זער גאסט, כאָטשבי אף א כוידעש.
װאָס פּלוצעם, װעט איר פרעגן. קוידעם, איז עס ניט צום ערשטן מאָל, װאָס מיר לאדן אײַך אײַן צו אונדז צוגאסט. נאָר דאָס איצטיקע מאָל איז עס פארבונדן מיט א ציקאװוע זאך, איר װועט אפילע זיך ניט אָנשטױסן.
הערט א מײַסע. וי געוויינלעך, פאר די לעצ- טע יאָרן, לייען איך פאָר פאר מײַן -- אײַערער ייִדענע דאָס, װאָס איך געפין אין אונדזער זשור- נאל. דאָס הייסט: איך איבערזעץ פאר איר אף איר שפּראך --אף רוסיש. און ספּעציִעל מוז איך עס טאָן, װען עס איז פאראן עפּעס פון אײַך. איז פארבײַ א היפּש ביסל כאדאָשים, איר זײַנט נישטאָ, און זי פרעגט מיך... ביז איינמאָל זאָגט זי צו מיר: , דײַן כאווער איז, װײַזט אויס, קראנק". און דאָ קריג איך דעם נומער 4 מיט אײַערע נאָטיצן און מיט אן אלטער פּאָעמע. מיר לייענען די נאָטיצן, און -- מיר לאכן און וויינען. וויינען וויינט זי. פון דער געשיכטע מיט אײַער טאטנס ניט אָפּגעשיקט קארטל. און זי זאָגט צו מיר;
-- איך האָב געפילט, אז ער איז קראנק..
אייגנטלעך, האָב איך דאָס אייגענע געפילט, אָבער זיך צוריקגעהאלטן, ניט גערעדט דערפון, דאָס איצטיקע מאָל האָט זי מיך געטראָפן פּונקט אין מײַן טראכטן,
און זי הייסט מיר נאָכאמאָל אײַך שרײַבן לויט איר מיינונג, נייטיקט איר זיך אין א גע- וויסער ענדערונג פון דער סוויווע, אין וועלכער איר לעבט. און דאָס בעסטע פאר אײַך װאָלט געווען: פארברענגען א פּאָר כאדאָשים בא אונדז אין פּאָדמאָסקאָװיע. איר װעט זײַן נאָענט צו דער רעדאקציע, און נאָך און נאָך. און איך פיל, אז זי איז גערעכט.
נאָר ניט דאָס אליין בין איך אויסן מיט מײַן איצטיקן בריוו. איך מוז זיך מיט אײַך צערעכע- נען פאר אײַער כאָכמאטשעסטװע, פאר אײַער כאלאס צו מאכן א וויץ, ניט טראכטנדיק, אז דער וויץ קאָן עמעצן פארשאפן ניט-אָנגענעמ- לעכקײַטן. פרעג איך:
װאָס פאר א בייזער רועך האָט אײַך אײַנגע- רעדט צו זאָגן מײַן פרוי, אז זי איז א ניט- געמאלעטע ייִדענע?
מיילע, עס איז א וויץ, זי, א קינד פון דוירעס רוסישע עלטערן און פאָרעלטערן, פארמאָגט אין איר כאראקטער עפּעס ספּעציפישעס ייִדיש- פרוייַשס, דעם נעשאָמעדיקן כיין פון דער קלא- סישער ייִדישער פאָלקס-פרוי. עס איז עמעס. אָבער דאָס באגעגנט זיך ניט גאָר זעלטן בא רוסישע פרויען פון אלטע מישפּאָכעס. איך שרײַב דאָס צו דעם אײַנפלוס פונעם אלטן סיי- פער, פון דער ביבל. אָבער צו װאָס פּלוצעם דער ארײַנמיש: ,ניט-געמאלעטע"?
דאָס איז אײַער כאלאס, דער נייג צו אָריגי- נעלער אפאָריסטיק, צו שלימאזלדיקן אייגנארט, וועלכע האָט, אייגנטלעך, געבילדעט דעם שלי- מאזל פון אײַער גאנץ לעבן, װאָס איך קען.
איך אויך -- מיילע. אָבער די צאָרע אין די, װאָס מײַן ,ניטיגעמאלעטער ייִדענע?" איז עס אזוי געפעלן, אז זי דערמאָנט זיך אָפט און קײַכט פאר געלעכטער. צי וויל איך יאָ, צִי וויל
69
איך ניט, איך װער א ביסל אייפערזיכטיק. נאָר דאָס איז נאָך גאָרנישט, הערט װײַטער.
איר דערמאָנט זיך עפשער אײַער ערשטע בא- קאנטשאפט מיט איר. צוריק מיט עלף יאָר. מע האָט אין דער רעדאקציע געפּראװעט די פינף- און-זיבעציק אײַערע און די פינף-און-זיבעציק פון אײַער װײַט-אָפּגעשײדטן כאווער. איך בין געקומען מיט איר, וועלנדיק זי באקענען מיט אײַך, מײַן כאווער פון א שװערער צײַט. מיר האָבן עס געמאכט דיסקרעט, מיט קיינעם, כוץ אײַך, זי ניט באקענט. דערנאָך זײַנט איר א פּאָר מאָל געווען בא אונדז,
װאָס מיך האָט געװוּנדערט, איז דאָס, װאָס זי, ניט קענענדיק קיין ייִדיש, האָט אופגעכאפּט פון אײַערע רייד אייניקע מאָמענטן גאָר אינ- טערעסאנטע, מעגלעך, אז איר קענען דײַטש האָט בײַגעטראָגן. און איר אליין זײַנט אויך גע- ווען מאמעש איבעראשט, הערנדיק אירע בא- מערקונגען וועגן אײַער אופשריפט, און פאר גרויס סימכע זי מעכאבעד געווען מיט דעם קאָמפּלימענט, אז זי איז א ניטיגעמאלעטע ייִדע- נע. מיר איז עס ניט געווען אָנגענעם. גיי ווייס, אז איר װעט עס גראָד שטארק געפעלן.
בעקיצער, זי האָט פארלאנגט, און איך האָב געמוזט פאָלגן -- זיך אבאָנירט אפן זשורנאל..
און דעמלט האָט זיך עס אָנגעהויבן. קומט אָן א נומער, זוכט זי שוין אין די נעמען פון די באטייליקטע שרײַבער אײַער נאָמען.. אָבער נאָך עפּעס: זי וויל זיך באקענען און גוט בא- קענען מיט דער ייַדישער ליטעראטור. האָב איך שוין אן ארבעט. מיילע, די אף רוסיש איבערגע- זעצטע װערק קריגט זי זיך אליין. אָבער איך מוז איר איבערזעצן פונעם זשורנאל דאָס, װאָס זי וויילט אויס... און שטעלט אײַך פאָר, זי טרעפט, לויט אינטוייציע, װײַזט אויס, דאָס, װאָס איז בעעמעס ווערטפול. און אז עפּעס אײַערס איז דאָ, דעמלט איז יאָמטעוו. זײַנט איר אָבער זעלטן דאָ. און זי רעדט דערפון און זאָגט אָפט:
-- ער איז ניט דאָרט, װוּ ער װאָלט באדארפט זײַן. ער װאָלט באדארפט זײַן אין צענטער, אין מאָסקװוע.
און איך בין מאסקים מיט איר. אָבער איצט איז שוין צו שפּעט צו ריידן דערפון. דאָס האָט מען באדארפט באזאָרגן צוריק מיט א צוואנציק יאָר,
איז זי אויך מיט מיר מאסקים.
ווייס איך ניט בעפיירעש פארװאָס, נאָר כ'האָב פּלוצעם אופגעהערט אבאָנירן דעם זשור- נאל. װאָס דען יאָ? איך גיי אין מײַן באקאנטן קיאָסק, װוּ איך טרעף דעם זשורנאל אין איינצל-פארקויף, און קלײַב אויס לױיטן אינ- האלט. קויף איך דעם זשורנאל, ברענג אהיים און לייען איר פאָר דאָס, װאָס מיר געפעלט. פארשטענדלעך, אז די -- ליידער, ניט אָפטע --
70
נומערן, װוּ איר זײַנט באטייליקט, קומען אפן ערשטן פּלאן.
און איצט הערט, װאָס מײַן ,ניטיגעמאלע- טער" ייִדענע פאלט אײַן מיר אָפּצוטאָן.
עס איז געוװוען סאָף יאָר, דעקאבער פארא- יאָרן. איך ברענג אהיים דעם זשורנאל, נעמט זי און מאכט צו מיר גאָר שארף:
-- עס איז דאָס לעצטע מאָל, מער זאָלסטו דעם זשורנאל ניט ברענגען.
איך בין דערשטוינט:
-- װאָס הייסט? פארװאָס?
מאכט זי שטרענג:
-- אָן פארװאָסן! מער זאָלסטו דעם זשורנאל צו אונדז אין שטוב ניט ברענגעף!
איך שװײַג. א בריירע האָב איך.
און יאנוואר ברענגט מיר די פּאָטשט דעם נומער. אבאָנעמענט... איך קוק אף איר פרעגנ- דיק. און זי מאכט זיך ניט ויסנדיק. פרעג איך שוין:
-- ניטיגעמאלעטע ייִדענע מײַנע, דאָס איז דײַן ארבעט?
הערט דעם ענטפער:
-- איך בין א ניט-געמאלעטע ייַדענע. און װאָס ביסטו?
-- אדעראבע, לאָמיך הערן.
-- דו ביסט א ניט-ידערבאקענער פּורים-קוי- לעטש!
מע האָט באדארפט הערן, װי זי האָט עס גע- זאָגט. נאטירלעך, אף רוסיש...
איך האָב געװוּסט, אז אירע עלטערן האָבן געװווינט ביז פערציק אין א שטאָט, א געדיכט באזעצטער פון ייַדן. בישכיינעס מיט ייַדן, זיך פרײַנטלעך אײַנגעלעבט. זי האָט אירע קינדער- און יונגע מײידלײיאָרן פארבראכט מיט ייִדישע כאווערטעס און געווען באָקי אינ אלע ייַדישע פאָלקס-יאָמטוױיווים. געװוּסט פון כאמישאָסער, פון כאנעקע-געלט, פון פּורים און פּורים-קוי- לעטשן. אָבער אז איך זאָל װערן א ניט-ידער- באקענער פּורים-קוילעטש, דערוף זיך ניט גע- ריכט. מיינט איר, אז איר זײַנט פארטיק! ערשט אן אָנהײב. עס איז אװועק א פּיירעש, יענער פּיירעש. די עמעסע לעקציע. זי האָט מיך גע- דעקט גלענצנד.
איך האָב פון איר אָפּגעלײזט פארן אופהערן אבאָנירן דעם זשורנאל, איינמאָל אָפּגעלײזט.
-- וי שעמסטו זיך ניט! מיט דײַן פאָלק און זײַן קולטור איז געשען א מוירעדיקע קאטאסט- ראָפּע. אף דער מילכאָמע, אין קאמף קעגן די ראָצכים האָבן מיליאָנען מענטשן געאָפּפערט זייער לעבן. אדאנק די קאָרבאָנעס איז דײַן פאָלק געבליבן. און אין מאָסקװע, אין דער הױפּטשטאָט פון אלע פּראָגרעסיווע מענטשן, פון דער גאנצער פּראָגרעסיווער מענטשהײַט, דערשײַנט א כוידעש-זשורנאל אף דער שפּראך
פון דײַן פאָלק. און דו קענסט די שפּראך, גע- וואקסן אף איר, און אָנשטאָט צו לויפן זיך אבאָ- נירן, גייסטו און קלײַבסט דיר אויס, גלײַך דו פארקויפסט פיש... האָב איך דיר געגעבן א לעקציע.
קומען אָן נומער איינס, צוויי, דרײַ, זי בלע- טערט די ערשטע זײַטלעך, קוקט דעם אינ- האלט, לייגט אװועק און שװײַגט.
און דאָ קומט אָן דער אפּרעל-נומער, זי טוט א קוק און א געשריי:
-- !2018 -- איר זײַנט דאָ, הייסט עס.
מיר האָבן געלייענט: איך האָב פארטײַטשט אף רוסיש, אף איר שפּראך, וועלכע איז דאָך אויך מײַנע, און מיר האָבן געלאכט און גע- וויינט.
געלאכט בא דער ערשטער נאָטיץ, װי איר שארט זיך נעבעך צו צום בינטל װײַבער.
און אז כ'האָב איר געלייענט די צווייטע נאָ- טיץ -- אײַער טאטנס ניט אָפּגעשיקט קארטל, איז געווען אן אָרט, װוּ זי האָט זיך אוועקגע- דרייט פון מיר, איך זאָל ניט זען די טרערן אין אירע אויגן.
און איך בין געווען צופרידן, קעדיי זי זאָל ניט זען די טרערן אין מײַנע אויגן.
דער פאָרשלאָג איז געקומען פון איר: אָנ- שרײַבן א בריוו און אײַך אײַנלאדן קומען צו
מארק ראזומני
אונדז צוגאסט, אויב איר זײַנט אימשטאנד. מיר װאָלטן אײַך זייער געװאָלט זען. ענטפערט!
דער בריוו איז געבליבן א טאָג בא אונדז. הײַנט שיקן מיר אים און מיט א מאטאָנע: {08862ע11 .גוז 2 241 ס ג זא ס 1
אן אויסוואל פון טאָמאס מאנס בריו.
דאָס האָט זי פאר אײַך געקויפט. איך האָב באוויזן נאָר צו בלעטערן. און אָנגעטראָפן אף איין בריוו -- נומער (איך געדענק ניט. איר װעט אים אליין אויסזוכן).
דער בריוו װעט אײַך ברענגען אן ענטפער אף אײַער פראגע: ,װוּ האָט טאָמאס מאן גע- קראָגן דעם פאָלקלאָריסטישן שטאָף פאר זײַן יאָזעף אונד זײַנע ברידער"?* דער שטאָף איז צעװאָרפן איבערן טאלמוד און די מעדראָשים!
און אז איך האלט דערבײַ, שיק איך אײַך אונדזער ביידנס דאנק, װײַל אדאנק אײַער אָנ- רעגן אונדז, האָבן מיר געלייענט דאָס װערק טאָמאס מאנס און געהאט גאָר גרויסע האנאָע.
זײַט געזונט! און ענטפערט!
5 ? אין דעם בריוו, אין וועלכן טאָמאס מאן רופט אָן די װערק, וועלכע האָבן אים געדינט אלס קוועלן פאר זײַן יאָזעף, דערמאָנט ער דעם נאָמען מיכה-יוסף בן גוריון הכוהן. איז עס ניט א פּסעװדאָנים פון מיכה-יוסף בארדיטשעווסקי?
עלטער און יַנגער
אאין די אנאלן פון דער ייִדיש-סאָװעטישער לי- טעראטור-יגעשיכטע איז פארשריבן, אז , סאָװועטיש היימלאנד" איז געבוירן געװאָרן מיט 15 יאָר צוריק.
דאָס אין א פאקט. און פאקטן, וי באװוּסט, זײַנען דאָך אומבאשטרײַטבאר. פונדעסטועגן איז מיר, באם בלעטערן די יאָרגענג פונעם זשור- נאל, אופגעקומען אן אפּיקאָרסישער געדאנק, אז די דאטע , פופצן יאָר" איז פאר אים ניט צוגע- פּאסט: דער זשורנאל איז פיל עלטער און גלײַכ- צײַטיק אָבער אויך פיל ייַנגער.
עלטער -- װײַל עס איז דען מעגלעך אין אזא קורצן צײַט-אָפּשניט צונויפזאמלען אזויפיל קינ- סטלערישע און פּובליציסטישע, ליטעראטור-וויסנ- שאפטלעכע אויצרעס און באװײַזן דורכצופירן די קאָלאָסאלע ארבעט פון פאָרזעצן און באנײַען די דוירעסדיקע טראדיציעס פון ייִדישער שעפעריש- קײַט!
ייִנגער -- װײַל יעדער נומער , סאָװעטיש היימ- לאנד" אָטעמט מיט יוגנטלעכער ענערגיע און טעמפּעראמענט, מיט ברויזיקער הײַנטצײַטיקײַט און פירט ארײַן דעם לייענער אין א וועלט פון שײינקײַט און קונסט, אין דער װעלט, װאָס איז אײיביק יונג און צו וועלכער עס געהערט אונד- זער שטראלנדיקע סאָוועטישע צוקונפט.
אָט די נאָבעלע אופגאבע פון אריבערווארפן א בריק צװישן די בעסטע טראדיציעס פון אונדזער ייִדיש-קולטורעלער פארגאנגענהײַט און דער יונ- גער, שטורמישער און פּרעכטיקער קעגנווארט האָט , סאָװועטיש היימלאנד" זיך געשטעלט פון
זײַנע ערשטע טריט און זעצט פאָר זי אויסצו- פילן ביז הײַנטיקן טאָג מיט גרויס איבערגעגעבנ- קײַט און ווירדע.
דער לייענער און די ליטעראטור שאצן טאקע װוי געהעריק אָפּ אָט די איידעלע שעפערישע מי.
11
הערשל פּאַליאנקער
די סאקאָנע איז אדורך
אט לאנגיאָריקער שאָכן און גוטער בא- קאנטער לייזער פּאָטאָצקי האָט, כאָלילע, ניט געהאט קיין שײַכעס מיט יענעם אמאָליקן בא- רימטן גראף פּאָטאָצקי, װאָס קאָטאָרע...
זאָל גאָט היטן!
ער האָט אפילע, קען מען זאָגן, קיינמאָל ניט געהערט פון אים,
לייזער פּאָטאָצקי איז געווען און איז ביז הײַנ- טיקן טאָג א באשיידענער בוכהאלטער אין א בעקאָװועדיקער קאָנטאָר, ער האָט צו טאָן מיט כעזשבוינעס, ציפערן, דעבעט-קרעדיט..,
אין קאָנטאָר ארבעט ער א שיין ביסל יאָרן, און זײַנע נאטשאלניקעס פילן זיך מיט אים װי הינטער אן אײַזערנער וואנט. וויפל קאָמיסיעס און רעוויזיעס עס רעוויזירן ניט, איז אין דער בוכהאלטעריע פּינקטלעך, וי אין אן אפּטײק.. קיין איין באמערקונג, ניט קיין איין אויסרייד ניט!
אײביק פארטאָן אין זײַנע כעזשבוינעס, האָט לייזער קיין פרײַע מינוט ניט, אייביק פארדט- געט, און דערצו איז ער נאָך אן אײַזערנער שװײַגער. א רענדל א װאָרט.
אָבער װאָס זשע! אז איר הייבט אָן ריידן מיט אים וועגן ליטעראטור און דעריקער וועגן פּאָע- זיע, ווערט ער אן אנדער מענטש. דאָס לענג- לעכע, שטענדיק אָנגעשטרענגטע פּאָנעם ווערט לעבעדיקער, די בלאָוולעכע אויגן אונטער די גראָבע גלעזלעך פון זײַן אלטמאָדישער פּענסנע נעמען גלאנצן. דאן עפנט ער פאר אײַך א גרויסן סאָד: א בוכהאלטער איז ער געװאָרן צופעליק. זײַן עמעסער בארוף איז פּאָעזיע!: ער זאָגט, אז אָנשרײַבן א ליד אָדער אפילע א פּאָעמע, לאנג, װי דער גאָלעס, איז גרינג. די שורעס, זאָגט ער, שיטן זיך בא אים וי פון א זאק, און שרײַבן שרײַבט ער א סאך... דאָס הייסט, פריִער האָט ער געשריבן..
איינמאָל האָט ער צונויפגענומען דאָס גאנצע פּעקל שירים און אװועקגעשיקט אין דער רע- דאקציע פון א זשורנאל. מע האָט דעם פּאק דאָרטן אָפּגעהאלטן שיינע עטלעכע כאדאָשים און אומגעקערט אף צוריק, אפילע ניט אָפּגע- דרוקט, איר זאָלט זאָגן, אף א מויצע צוויי שו- רעס!
72
זינט יענער צײַט האָט ער א מאך געטאָן מיט דער האנט אף דער פּאָעזיע, ער וויל פון איר ניט הערן. עמעס, בישטיקע שרײַבט ער. אין דער וואנטצײַטונג פון קאָנטאָר ,דרוקט ער" אמאָל אָפּ א ליד צו א יאָמטעו. זײַנע קאָלעגן לויבן אים דאן אין טאָג ארלַן.
מיט א יאָר פופצן צוריק, ווען לייזער האָט זיך דערװוּסט, אז עס הייבט אָן דערשײַנען אין מאָסקװע א ייִדישער זשורנאל, האָט ער מיך אָפּנעשטעלט אין גאס און געפרעגט:
-- נו, געהערט?
-- װאָס געהערט?
-- א זשורנאל לאָזט מען ארויס...
-- איז דאָך זייער גוט, רעב לייזער, װאָס זשע זײַנט איר עפּעס פארומערט?
-- גלאט אזוי... א קליינע געדולע..
-- פארװאָס, רעב לייזער?
-- עטו.. לויט מײַן כעזשבן וועט זיך גאָרנישט ניט באקומען...
-- דערקלערט מיר, פארװאָס מיינט איר אזוי?
-- װער װעט שרײַבן?--האָט ער געענט- פערט מיט א פראגע אף א פראגע.
-- װאָס הייסט --װער! שרײַבער שרײַבן, און לייענער װעלן לייענען..
-- עט! -- האָט ער אוועקגעמאכט מיט דער האנט. -- וויפל זײַנען געבליבן שרײַבער און וויפל לייענער?
-- מיט אײַך, צי אָן אײַך?..
-- איר לאכט! איר מיינט, אז איך האָב אמאָל ניט געקענט מאכן קיין גראם, אונטערזוכן א ריפמע? ווען איך לאָז זיך ניט ארײַן אין די בוכהאלטערישע ביכער, װאָלט איך געשריבן פּאָעטישע ביכער, עס װאָלט אזש געגאן א רויך. נאָר מיילע, די רעדאקציעס דארפן מיך ניט, דארף איך זיי ניט, און מיר זײַנען קוויט. איך האָב שוין געמאכט א פּינקטלעכן כעזשבן... הא- לעװײַ זאָל סטײַען מאטעריאל אף איינעם, צוויי נומערן!
-- פארװאָס זײַט איר אזוי סקעפּטיש גע- שטימט? -- האָב איך זיך פארװוּנדערט,
-- װײַל ס'איז געבליבן וװייניק...
-- װאָס זשע, ווייסט איר דען ניט דעם קלאל
וועלן
פון די מאטראָסן: מיר זײַנען װײיניק, נאָר אין די ,טעלניאשקעס"...
-- אײַ, מיט אײַך ריידן..--האָט ער זיך פארקרימט. -- איך רעד מיט אײַך ערנסט, און איר קומט מיט אײַערע כאָכמעס.
-- װאָס איז דאָ שײַעך כאָכמעס, רעב לייזער, אזוי איז דאָך עס...
-- עט, מיט אײַך זיך אױיסברײַען! אזוי האָב איך אויסגעכעזשבנט, און אזוי װועט זײַן איך ווייס, װאָס איך רעד. איר װעט אמאָל מײַנע ווערטער דערמאָנען...
די צײַט איז געגאנגען, אף דער ליכטיקער וועלט האָט זיך באוויזן איין נומער, א צוויי- טער, א דריטער... איר נעמט דעם זשורנאל ,סאָװועטיש היימלאנד" מיט פארגעניגן אין די הענט, איר לייענט דורך א פּײַנע דערציילונג, א נאָוועלע, א ראָמאן, אן ארטיקל און לידער, פּאָעמעס!
עס טרעפט זיך, געוויינלעך, אויך צעצויגענע, שוואכע זאכן, האלעמײַ זאָלן מיר זיך שעמען און ניט ארױסזאָגן דעם עמעס? אייניקע אוװו- טאָרן פארגעסן אמאָל א וויכטיקן קלאל, באזונ- דערס האָט עס א שײַכעס צו דער פּראָזע: מע פארגעסט וועגן די , טאָרמאָזן", א קוועטש טאָן אפן פּעדאל און זיך אָפּשטעלן. ס'איז אוועק א מאָדע אף ראָמאנען...
סטײַטש, גאזלאָנים, װוּ איז יוישער? -- כאפּט
זיך פארן קאָפּ דער לייענער.--װאָס פאר א סטאָליער װעט זיך נעמען מאכן א שאפע, א דיוואן, אויב ער האָט זיך נאָך ניט אויסגעלערנט האלטן דעם הובל, די סטאמעסקעס, דאָס הע- מערל אין דער האנט, אויב ער ווייסט נאָך ניט, װויאזוי מע קלאפּט צונויף א פּאָשעטע טאבו- רעטקע...
עס איז פאראן מאטעריאל האלעװײַ אף א דערציילונג, אף א פארצייכענונג, איז מען ניט פויל, מע זעצט זיך אוועק און מע שטוקעוועט צונויף א לאנגן ראָמאן מיט פאָרזעצונגען..